top of page
בהיכל המלך: חתונה בחצר הקודש תולדות אברהם יצחק וועט ערשטמאליג פארקומען אין נייעם ביהמ"ד הגדול
דאנערשטאג פ' שמות • י"ט טבת | בחצרות הקודש בחדוה עילאה גרייטן זיך מאסן חסידי תולדות אברהם יצחק מיטצולעבן די געהויבענע שמחת נישואין בחצר הקודש, וועלכע וועט אפגעראכטן ווערן ברוב פאר והדר דעם קומענדיגן מיטוואך בא הבעל"ט. די דאזיגע שמחה ברענגט אויף גרויס התרגשות ביי די חסידים, ווען צום ערשטן מאל וועט די חתונה געפראוועט ווערן אינעם נייעם היכל ביהמ"ד הגדול דחסידי תולדות אברהם יצחק אין די מאה שערים געגענט, וועלכע איז נישט לאנג צוריק פארענדיגט געווארן כלול בהדרו צו די הרחבת הדעת פון


גייסטרייכער מעמד פתיחת שערים וחנוכת הבית פון נייעם פראכטפולער ביהמ"ד "ישראל שלום" אין קרית יואל
פרייטאג פ' ויחי • י''ג טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק י. אין דער שטאט קרית יואל האט זיך דעם שבת פ' ויגש געעפענט די טוירען פון דער נייער היכל ביהמ"ד "בית ישראל שלום" דקהל יטב לב אין "שכונת ויואל משה", געבויט און אהערגעשטעלט ברוב פאר והדר דורכ'ן בונה השכונה הרבני הנגיד ר' עקיבא צבי קליין הי"ו ע"ש זקינו הרבני החסיד המפו' ר' ישראל שלום גאלדבערגער ז"ל. די מעמד קביעות מזוזה וחנוכת הבית איז פארגעקומען דעם מוצאי שבת ברוב עם הדרת מלך, אין שפיץ פונעם מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאט


חסידי צאנז קלויזענבורג אויפגענומען מיט פרייד התייסדות פון נייעם תלמוד תורה אין עיר התורה והחסידות בני ברק
דאנערשטאג פ' ויחי • י''ב טבת | בחצרות הקודש חסידי צאנז קלויזענבורג אין ארה"ק בפרט און אומעטום בכלל, האבן מיט פרייד אויפגענומען די בשורה מרנינה, איבער דעם התייסדות פון די נייע תלמוד תורה דחסידי צאנז קלויזענבורג אין עיר התורה והחסידות בני ברק, וואס ווערט געעפענט צום קומענדיגן זמן הלימודים, בפקודת וברכת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א. די צאנז קלויזענבורגער קהלות אין ארה"ק גייען אן לשם ולתפארת, מיט בתי מדרשים אויף אלע מקומות וואו עס וואוינען חסידי צאנז קלויזענבורג


האד' מסאטמאר באזוכט די בוי ארבעט ביי די נייע פראכטפולע תקנה חתונה זאלן ״עדן יואל״ און ״עדן אלטא פייגא״
זונטאג פ' ויחי • ח' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אחים לעטשעווסקי דעם פארלאפענעם דאנערשטאג נאכמיטאג האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א באזוכט אין די בוי ארבעט ביי די צוויי שפאגל נייע פרעכטיגע חתונה תקנות זאלן, וואו עס זעצט פאר די פיהערהאפטיגע עבודת הבני' מיט א גאלאפירענדע שנעלקייט, זיך גרייטנדיג בקרוב ממש אפצורעכטן די ערשטע חתונות צווישן די ווענט פון די צוויי נייע זאלן וואס וועלן שטארק לינדערן די קריזיס פון חתונה זאלן אין שטאט און די אומגעהויערע חתונה קאסטן פון מחותנים. די


תורה מציון: נייע תלמוד תורה דחסידי באבוב-45 אין ירושלים וועט געעפנט ווערן צום שנת הלימודים תשפ"ז
מוצאי שבת פ' ויגש • ז' טבת | בחצרות הקודש א שטראם פון שמחה וחדוה נעמט ארום די פילצאליגע חסידי באבוב 45 תושבי עיר הקודש ירושלים, מיט די בשורה טובה ומשמחת אז בהורמנותא דמלכא פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א וועט צום קומענדיגן לערן יאר שנת תשפ"ז געעפנט ווערן א נייע תלמוד תורה דחסידי באבוב 45 אין ירושלים. קהילת באבוב 45 אין עיר הקודש ירושלים באשטייט פון א הערליכן ציבור חסידים ואנשי מעשה, ציילנדיג שוין כהיום ביי אריבער "הונדערט משפחות" בליעה"ר, כן ירבו. שוין א לענגערע צייט וואס מ'פ


ויהי בונה עיר: אומגעהויערע פרייד ביי חסידי בעלזא צו אויפבוי פון נייע "בעלזא שטאט" אין וואלדען ניו יארק
מיטוואך פ' ויגש • ד' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט עקסטאז און פרייד ווערט אויפגענומען ביי חסידי בעלזא אין אמעריקע די היסטארישע דורכברוך צו לעזן דעם שווערן דירות קריזיס אין ניו יארק, מיט'ן אויפבוי פון א שפאגל-נייע "בעלזער שטאט", א מאסיווע פראיעקט פון הונדערטער דירות אויסגערישט מיט אלע צרכי הקהלה והמוסדות דחסידי בעלזא. די נייע "בעלזא שטאט" געפינט זיך אין וואלדען, א שטילע געגענט אין ארענדזש קאונטי אין א סטראטעגישע לאקאציע, א האלבע שעה צו פארן פון קרית יואל, און ווערט שוין יעצט פא


האד' מטאהש שטאט אפ גאר דערהויבענע באזוכן אין ישיבות הקדושות און תלמוד תורה דחסידי טאהש אין ניו יארק לכבוד חנוכה
מיטוואך פ' מקץ • כ''ז כסלו - ג' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש ווי באריכטעט איז כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א אנגעקומען דעם מאנטאג אויף א קורצן באזוך קיין ניו יארק לכבוד די שמחת התנאים פון אן אייניקל, און האט דערביי געצינדן די נירות ברוב עם הדרת מלך, בקרב חסידי טאהש אין ניו יארק. גלייך ביים אנקומען קיין ניו יארק איז דער רבי שליט״א צוגעפארן אויף א באזוך אין בנין ישיבה גדולה תורת משולם ד'טאהש אין טשעסטער, וואו דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די סדרי ימי חנוכה אין ישיבה, און די בחורים ג


מאנסי: געהויבענע מעמד "קביעת מזוזה" פון נייעם בנין ישיבת דברי חיים בנין ראזנבערג בראשות האד' מדינוב
דינסטאג פ' מקץ • כ''ו כסלו - ב' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ.,JDN פאראנגענע וואך דאנערשטאג איז געווען א יום שמחה אין די בארימטער ישיבה גדולה דברי חיים אין שטאט מאנסי, ווען עס איז פארגעקומען די מעמד קביעת מזוזות פאר די פרישער הערליכער "בנין ראזנבערג" וואס איז געבויט געווארן פאר די ישיבה, בנדבת ליבו הטוב פון הרבני הנגיד מוה״ר אברהם יודא ראזנבערג הי״ו פון וויליאמסבורג. דער מעמד איז באשיינט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א וועלכער איז ספעציעל ארויסגעקו


גיגאנטישער בנין של חסד דק"ק באבוב וועט אויפגעבויט ווערן אין צענטער פון בארא פארק
מאנטאג פ' מקץ • כ''ה כסלו - א' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש תושבי בארא פארק בכלל, און חסידי באבוב בפרט האלטן מיט פרייד דעם הרחבת גבולי החסד והטהרה וואס גייט אן אין די שטאט, צו קענען נאכקומען דעם געברויך פון די אלפי החסידים וואס זענען כסדר זיך חוסה בצ"ק פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א. אין די טעג האט מען אנגעהויבן מיט דעם מלאכת הבני' אהערשטעלן דעם נייעם גיגאנטישן "בנין של חסד" אין צענטער פון בארא פארק, וואס וועט אנטהאלטן די פילצאליגע חסד-פראיעקטן פון די קהלה, ובפרט די הערליכע שמח


הנהלת מוסדות סאטמאר מאנטריאל מעלדט פרייליכער אפקויף פון נייער גיגאנטישער "בנין המוסדות"
זונטאג פ' מקץ • כ''ד כסלו - ערב יו"ט חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש אינעם אנגייענדער קייט פון הרחבת גבולי הקדושה דורך ק"ק ומוסדות סאטמאר האבן חסידי סאטמאר בכלל און תושבי מאנטריאל בפרט אויפגענומען די בשורה מרנינה איבער א מולטי מיליאן דאלאר'דיגע גמר המקח, ווען די הנהלת המוסדות איז אריין אין קאנטראקט אויף א גיגאנטישער פינף שטאקעדיגער בנין פון איבער 60,000 סקווער פיס וואס וועט דינען אלס א אכסניא של תורה פארן תלמוד תורה החדש והמפואר אויף די קומענדיגער יארן, וואו די תלמידים וועלן בעזה


מעמד קביעת מזוזה ביים נייעם צייטווייליגער בית המדרש החדש דקהל יטב לב "שכונת פאירט וואורד" בראשות האד' מסאטמאר
דאנערשטאג פ' וישב • כ''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם פארגאנגענעם ליל ששי וישלח העעל'ט איז פארגעקומען דער מעמד "קביעת מזוזה" פארן נייעם צייטווייליגער בית המדרש דקהל יטב לב אין שכונת "פאירט וואורד" אין בלומינגגראוו - קרית יואל, בראשות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. אין די לעצטערע וואכן האט מען געשלאסן די מקח אויף א נייע ריזיגע שטח אויף די פירר וואורדי גאס אין שכונת בלומינגראוו קרית יואל, אויפצובויען דערויף א פראכטפולער ריזיגער בבית המדרש החדש פאר די גאנצע אומגעגענט. אויף דעם פארג


נייע שמחה-זאלן "שובע שמחות" באנייט אין שיכון סקווירא צו פראווען ביליגע שבתות של שמחה
דאנערשטאג פ' וישב • כ''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ.,JDN אין שיכון סקווירא איז דעם שבת קודש באנייט געווארן די נייע שמחה־זאלן "שובע שמחות", וואס גיט די מעגליכקייט פאר מחותנים צו פרייען שבת שבע ברכות אויף א ביליגן פארנעם, אזוי צו קענען פראווען די שמחות בשמחה וטוב לבב. די נייע שמחה־זאלן זענען אהערגעשטעלט געווארן אינעם בנין התלמוד תורה דשיכון סקווירא "בנין האלפערין" דורך דעם מפעל "שובע שמחות" שע"י ק"ק סקווירא, וואס גיט זיך אפ מיט פעולות נשגבות צו פארלייכטערן


האד' מסערט וויזניץ באזוכט אין אויפבליענדע ישוב רמה ד' בית שמש לרגל פרישע הרחבת גבולים בקרב ק"ק סערט וויזניץ
דאנערשטאג פ' וישב • כ''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך איז כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט''א אנגעקומען אויף א באזוך אין די נייע בליענדע יישוב אין רמה ד' בית שמש, וואו עס האט זיך אין די לעצטע תקופה אנטוויקלט א הערליכע קהילה ומוסדות דחסידי סערט וויזניץ. צוערשט איז די רבי אנגעקומען אויפן שטח וואס די שטאטראט אין בית שמש האט דעזיגנירט פארן נייעם סערט וויזניצער ביהמ''ד, די רבי איז ארויף צו א דירה פון איינע פון די אינגעלייט, און פון דארט זיך אומגעקוקט אויפן שטח רחבת ידים,


תבנה ותכונן: פרישע אויסברייטערונג פון גיגאנטישער ביהמ"ד הגדול "בית וויזניץ" באשטעטיגט
מיטוואך פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט אויסטערלישע שמחה ווערט אויפגענומען ביי חסידי וויזניץ אלוועלטליך איבער די ענדגילטיגע פלענער וואס איז באשטעטיגט געווארן אין די יעצטיגע טעג איבער "שלב ב'" אין די איבערבוי-פראיעקט פון די גיגאנטישע "בית וויזניץ" אין בני ברק, דער בית אדיר וקדוש אשר כל בית וויזניץ אליה נשואות. ווי ברייט בארימט איז דער יעצטיגער גיגאנטישער בית וויזניץ נתחנך געווארן מיט עטליכע יאר צוריק, לכבוד ראש השנה שנת תשפ"ב, נאך א מאסיווע בוי אונטערנעמונג וואס איז


חנוכת הבית פאר נייע בנין הישיבה קטנה דוויען געפייערט ביי מעמד "נחלת בחוריך" אינאיינעם מיט שבע ברכות אין רבינס הויף
מיטוואך פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אשי וויינגארטען,JDN א גייסטרייכע מעמד איז פארגעקומען פארלאפענע וואך בחצר הקודש וויען, ווען עס איז געפראוועט געווארן די מעמד חנוכת הבית פאר די נייע בנין הישיבה קטנה, וואס איז פראכטפול פארענדיגט געווארן אין די לעצטע חדשים, און איז באנייעט געווארן אין א מזל'דיגע שעה צום יעצטיגן ווינטער זמן, ווען די תלמידי ישיבה קטנה זענען שוין עוסק בתורה אין דעם בנין עטליכע וואכן. די מעמד איז פארגעקומען אינאיינעם מיט די שמחת השבע ברכו


הערליכער מעמד חנוכת הבית פארן ביהמ"ד החדש והמפואר טשענסקאוויץ אין מאנטעבעלאו - מאנסי
דינסטאג פ' וישב • י"ט כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN א שיינעם מעמד חנוכת הבית איז פארגעקומען אינעם ביהמ"ד החדש פאקשעוויץ אין די מאניבעלאו געגענט אין מאנסי, בנשיאות הגה"צ רבי יחיאל הלברשטאם שליט"א אבד"ק טשענסקאוויץ. די מעמד איז פארגעקומען ברון שיר ושבח אינעם היכל הביהמ"ד וועלכער איז נארוואס פארענדיגט געווארן כלול בהדרו. בראש המסובים די רבני ואדמור"י העיר מאנסי, האט באשיינט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א א מחותן מיטן טשענסקאוויצער רב שליט"א, די רבי האט אפגעראכטן א


מוצלח'דיגע מקח דורך ק"ק טשערנאביל אין אנטווערפען אויף בנין רחבת ידים פאר אייגענעם ביהמ"ד
זונטאג פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי טשערנאביל אין שטאט אנטווערפען זענען איינגעהילט אין א פרייליכע שטימונג, ווען אין די יעצטיגע טעג האט די הנהלת הקהילה זוכה געווען צו שליסן א מוצלח'דיגע מקח, אויף א בנין רחבת ידים אין הארץ פון שטאט אנטווערפען, וואו עס וועט בעז"ה אויפגעבויעט ווערן א גרויסע נייע בית המדרש דחסידי טשערנאביל. די טשערנאבילער בית המדרש אין אנטווערפען תחת דגלו והדרכתו פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, איז אין די פאר יאר זינט איר התייסדות אויסגעשטיגן אל


מסובין בבני ברק: היסטארישער מעמד חנוכת הבית פארן בנין בית חינוך לבנות ד'סאטמאר אין בני ברק
מיטוואך פ' וישלח • י''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם זונטאג ויצא העעל"ט נאכן דערהויבענעם שבת אין אתרא קדישא מירון איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען קיין בני ברק און תיכף צוגעפארן צום בנין החדש בית חינוך לבנות 'בית פיגא" דחסידי סאטמאר וואס איז באנייעט געווארן ביים ביקור המרומם פון רבי'ן אין שטאט. די רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן פראכטפולן בנין, דערנאך קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און דערנאך ארומגעגאנגען זיך אומקוקן אויף אלע שטאקן. דערנאך איז פארגעקומע


הונדערטער חסידי טשערנאביל אנגעשלאסן מיט ברען צו העלפן בויען ביהמ"ד החדש טשערנאביל ביי מעמד "בית חיינו"
דאנערשטאג פ' ויצא • ז' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בלום,JDN על פי קריאת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א האבן זיך עדת חסידי טשערנאביל אין אמעריקא איינגעזאמלט ביים מעמד ועידת בית חיינו, לטובת די קרן הבנין פונעם ביהמ"ד החדש טשערנאביל אין שטאט בארא פארק, שוין עטליכע יאר וואס די קאנסטרוקציע ביים שטח הבני' פונעם נייעם ביהמ"ד פיבערט מיט העפטיגע בוי ארבעט, עס קומען און גייען טאג טעגליך פילע ארבעטער וואס זענען מנצח על מלאכת בית השם, צו באגלייטן די בוי ארבעט


גאב"ד סאטמאר מאנסי באזוכט פראכטפולע נייע חתונה תקנות זאל ׳עטרת גנענדיל׳ אין בנין פון מוסדות סאטמאר מאנסי
דאנערשטאג פ' ויצא • ז' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש די וואך האט כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א אפגעהאלטן א באזוך אין די נייע פראכטפולע ׳עטרת גנענדיל׳ זאל וואס איז סטאנציאנירט אינעם בנין פון די סאטמארער מיידל שולע בית אסתר אויף סאוט מעדיסאן עוועניו אין מאנסי. די רב שליט"א האט זיך אומגעקוקט ביי די לעצטע שטאפלען פון די בוי ארבעט אינאיינעם מיט'ן נדיב הרה"ח ר' מאיר משה יאקאבאוויטש הי"ו נדבן שם הבנין פונעם מיידל שולע ׳בנין יאקאבאוויטש׳. נאכן זיך אומקוקן אינעם זאל איז אפגעראכטן געווארן


bottom of page
