בהיכל המלך: חתונה בחצר הקודש תולדות אברהם יצחק וועט ערשטמאליג פארקומען אין נייעם ביהמ"ד הגדול
- Bechatzros admin
- לפני 11 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: לפני 28 דקות
דאנערשטאג פ' שמות • י"ט טבת | בחצרות הקודש

בחדוה עילאה גרייטן זיך מאסן חסידי תולדות אברהם יצחק מיטצולעבן די געהויבענע שמחת נישואין בחצר הקודש, וועלכע וועט אפגעראכטן ווערן ברוב פאר והדר דעם קומענדיגן מיטוואך בא הבעל"ט.
די דאזיגע שמחה ברענגט אויף גרויס התרגשות ביי די חסידים, ווען צום ערשטן מאל וועט די חתונה געפראוועט ווערן אינעם נייעם היכל ביהמ"ד הגדול דחסידי תולדות אברהם יצחק אין די מאה שערים געגענט, וועלכע איז נישט לאנג צוריק פארענדיגט געווארן כלול בהדרו צו די הרחבת הדעת פון די טויזנטער חסידים וואס זענען זיך מסתופף מדי שבת בשבתו ומדי מועד במועדו בצל הקודש.
ביז היינט פלעגן מערסטנס די חתונות אינעם רבינס הויף פארקומען אין די שטאט ביתר נישט ווייט פון ירושלים עיה"ק, אבער אצינד צוליב דער קאמפלעצירטע מצב הבריאות פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א בפרט אין די לעצטע תקופה, ווען די רבי שליט"א גייט כמעט נישט ארויס מגבולות ביתו, איז באשטימט געווארן צו פראווען די שמחה אין ביהמ"ד, נאך עטליכע יאר וואס עס איז נישט פארגעקומען קיין חתונות בחצר הקודש אין די מאה שערים געגענט.
די רעדע איז פונעם חתן א זון פונעם רבינס זון הגה"צ רבי דוד צבי קאהן שליט"א אבד"ק תולדות אברהם יצחק בית שמש איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' חיים האגער שליט"א זון פון הרה"צ רבי אריה האגער שליט"א האדמו"ר מאנטניא הארדענקא און איידעם ביי הרבני הנגיד רבי אפרים זלמן בעק פון ציריך שווייץ.
די געטרייע עסקני הקהילה זענען אין די טעג העפטיג איינגעשפאנט מיט די הכנות בכל פרטיה ודקדוקיה ארום די חתונה, און דערצו אויסצוארבעטן די אויסשטעל פון ביהמ"ד באופן יפה ונאה צו קענען אקאמאדירן די פילע חסידים אברכים ובחורי חמד וואס זענען ערווארטעט מיטצוהאלטן די גרויסע שמחה בהיכלא דמלכא.



