top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חנוכת הבית פאר נייע בנין הישיבה קטנה דוויען געפייערט ביי מעמד "נחלת בחוריך" אינאיינעם מיט שבע ברכות אין רבינס הויף

  • Bechatzros admin
  • לפני יומיים
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: אשי וויינגארטען,JDN

א גייסטרייכע מעמד איז פארגעקומען פארלאפענע וואך בחצר הקודש וויען, ווען עס איז געפראוועט געווארן די מעמד חנוכת הבית פאר די נייע בנין הישיבה קטנה, וואס איז פראכטפול פארענדיגט געווארן אין די לעצטע חדשים, און איז באנייעט געווארן אין א מזל'דיגע שעה צום יעצטיגן ווינטער זמן, ווען די תלמידי ישיבה קטנה זענען שוין עוסק בתורה אין דעם בנין עטליכע וואכן.


די מעמד איז פארגעקומען אינאיינעם מיט די שמחת השבע ברכות פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, די חתן א זון פון זיין איידעם הרה"ג ר' יואל ווייסמאנדל שליט"א, און עס זענען ספעציעל געלאדנט געווארן די הונדערטער אינגעלייט יוצאי הישיבה, וואס האבן חתונה געהאט אין לויף פון די לעצטע פאר יאר. צוערשט האבן די חשובע אינגעלייט געהאט די געלעגנהייט זיך אונצוקוקן אויף די נייע בנין הישיבה, און דערנאך האט מען זיך געוואשן צו א רייכע סעודה לכבוד המאורע און לכבוד דעם רבינ'ס שמחה. עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' פישל לעווי שליט"א מנהל הישיבה, און דער גאסט רעדנער הרב משה יהושע קרעמער הי"ו מנכ"ל מוסדות ראחמיסטריווקא.


א שיינע פרעזענטאציע מיט זכרונות מימי קדם איז געווארן פארגעשטעלט דורכן בדחן ר' מאטי איליאוויטש הי"ו, און הרב יוסף לעפקאוויטש הי"ו חבר הנהלת המוסדות האט ארויסגעברענגט דעם דבר הישיבה. אויך איז געהערט געווארן א דרשה פון איינער פון די חשובע תלמידים, און צום הויכפונקט האט מען געהערט דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page