מעמד קביעת מזוזה ביים נייעם צייטווייליגער בית המדרש החדש דקהל יטב לב "שכונת פאירט וואורד" בראשות האד' מסאטמאר
- Bechatzros admin
- לפני 12 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' וישב • כ''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם פארגאנגענעם ליל ששי וישלח העעל'ט איז פארגעקומען דער מעמד "קביעת מזוזה" פארן נייעם צייטווייליגער בית המדרש דקהל יטב לב אין שכונת "פאירט וואורד" אין בלומינגגראוו - קרית יואל, בראשות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
אין די לעצטערע וואכן האט מען געשלאסן די מקח אויף א נייע ריזיגע שטח אויף די פירר וואורדי גאס אין שכונת בלומינגראוו קרית יואל, אויפצובויען דערויף א פראכטפולער ריזיגער בבית המדרש החדש פאר די גאנצע אומגעגענט. אויף דעם פארגאנגענעם שבת קודש פ' ויצא העעל'ט האט מען בס"ד באנייעט דער נייער צייטווייליגער בנין בית המדרש החדש, הארט נעבן די עקזיסטירענדע שטח, וואס דאס וועט דינען אלס ביהמ"ד ביז עס וועט פארענדיגט ווערן די מאסיווע בו ארבעט אויף דעם נייעם בנין הגדול.
דער רבי שליט"א איז אנגעקומען צום מעמד, מיטן באטייליגונג פון בנו הגדול הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א, דער איש על העדה פון ק"ק סאטמאר קרית יואל אינאיינעם מיט חשובע רבני העיר און פילע חסידים ותושבי השכונה וועלכע זענען געווען פארזאמלט אויפן ארט, דער רבי האט געקלאפט א מזוזה, און דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וואו י רבי האט משמיע געווען דברי ברכה לכל הקהל הקודש.

















