האד' מסאטמאר באזוכט די בוי ארבעט ביי די נייע פראכטפולע תקנה חתונה זאלן ״עדן יואל״ און ״עדן אלטא פייגא״
- Bechatzros admin
- 28 בדצמ׳ 2025
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' ויחי • ח' טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לעטשעווסקי
דעם פארלאפענעם דאנערשטאג נאכמיטאג האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א באזוכט אין די בוי ארבעט ביי די צוויי שפאגל נייע פרעכטיגע חתונה תקנות זאלן, וואו עס זעצט פאר די פיהערהאפטיגע עבודת הבני' מיט א גאלאפירענדע שנעלקייט, זיך גרייטנדיג בקרוב ממש אפצורעכטן די ערשטע חתונות צווישן די ווענט פון די צוויי נייע זאלן וואס וועלן שטארק לינדערן די קריזיס פון חתונה זאלן אין שטאט און די אומגעהויערע חתונה קאסטן פון מחותנים.
די זאלן ווערן אויפגעבויעט אין די געביידע פון די סאטמארער תלמוד תורה עטרת יואל אויפן ארט וואו עס איז געשטאנען די עטרת אברהם זאלן, מיט די ברייטהארציגע נדבה פונעם באקאנטע פילאנטראפ הרבני הנגיד ר׳ יואל לאנדא שליט"א וואס האט קורא שם געווען די צוויי זאלן ׳עדן יואל׳ און ׳עדן אלטע פייגא׳ לעילוי נשמתם פון הרה"ק מסאטמאר זי''ע און מחברתו הטהורה הרבנית הצדיקת ע"ה.
די פראכטפולע זאלן ווערן אין די טעג ערגענצט הערליך שיין ברוב פאר והדר, אהערגעשטעלט מיט גענוי זעלבע תקנות און פרייזן ווי סאטמארער ״פרדס״ זאלן - ברענגענדיג סך הכל פיר הערליכע תקנה חתונה זאלן אין וויליאמסבורג אליין, וואו חסידי סאטמאר וועלן קענען פראווענען זייערע שמחות מיט א רואיגקייט און הרחבת הדעת, ווען לויט די איצטיגע פלענער וועט די גאנצע חתונה נאכט אריינגערעכנט די זינגער און שפילער, עסן, בלומען, א.ד.ג. קאסטן בלויז $6,500 פער מחותן.
ביי זיין באזוך פאריגע וואך אין די נייע זאלן האט דער רבי שליט"א זיך אומגעקוקט ביי די לעצטע שטאפלען פון די בוי ארבעט אינאיינעם מיט די עסקני הקהילה, און באוואונדערט די שיינקייט פון די זאלן וועלכע זענען באצירט מיט א היימישע אויסזען מלא חן, כראוי וכיאות פאר א אידישע שמחה.























