top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הונדערטער חסידי טשערנאביל אנגעשלאסן מיט ברען צו העלפן בויען ביהמ"ד החדש טשערנאביל ביי מעמד "בית חיינו"

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • לפני שעה
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' ויצא • ז' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: אברומי בלום,JDN

על פי קריאת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א האבן זיך עדת חסידי טשערנאביל אין אמעריקא איינגעזאמלט ביים מעמד ועידת בית חיינו, לטובת די קרן הבנין פונעם ביהמ"ד החדש טשערנאביל אין שטאט בארא פארק,


שוין עטליכע יאר וואס די קאנסטרוקציע ביים שטח הבני' פונעם נייעם ביהמ"ד פיבערט מיט העפטיגע בוי ארבעט, עס קומען און גייען טאג טעגליך פילע ארבעטער וואס זענען מנצח על מלאכת בית השם, צו באגלייטן די בוי ארבעט און צופלייסן דעם גאלאפ.


דערווייל, זינט מען האט אנגעהויבן די בוי ארבעט, האט שוין דער פראיעקט אפגעקאסט ריזיגע געלטער, וואס איז געשאפן געווארן דורך די הנהלת קרן הבנין, און פונעם אלגעמיינעם ציבור בני הקהילה. אצינד ווען מען גרייט זיך שוין ארויפצוציען דעם סטרוקטור פונעם בנין, פעלט זיך נאך אויס א באדייטענדע סומע געלט צו ברענגען דעם מאסיוון פריאעקט לידי גמר ביז די קומענדיג יאר תשפ"ז הבעל"ט. דעריבער האט די הנהלת קרן הבנין בברכת קדשו פונעם רבי'ן שליט"א געלאזט אין גאנג דעם קאמפיין 'בית חיינו', וואו די חסידים וועלן זיך אונטערנעמען סכומים אדירים צו פארענדיגן דעם ביהמ"ד.


די מעמד איז פארגעקומען אינעם צייטווייליגן היכל וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אויפן שטח הבניה פונעם נייעם ביהמ"ד, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א. דער מעמד איז געעפענט געווארן דורך דער בארימטער טשעירמאן הר"ר מאיר מרדכי בערקאוויטש, מיט בליציגע געדאנקען ארום די קריטישע מאסיווע אונטערנעמונג אין וואס יעדער טשערנאבילער חסיד שפירט א זכי' צו זיין טייל דערפון. דערנאך האט מען געהערט א דרשה פון הר"ר שמואל שמשון שווארץ הי"ו, חבר ועד קרן הבנין, וואס האט איבערגעגעבן א באריכט פון די ווייטערדיגע פלענער אינעם מלאכת הבני' און נאך א דרשה איז געהערט געווארן דורך הנגיד ר' נפתלי וועבער הי"ו וואס איז א נאה דורש ונאה מקיים און האט אנגעווארמט דער ציבור הנאספים זיך אנצוגארטלען מיט סכומים הגונים.


צום שלוס האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דעם משא המעמד, ארומקאכנדיג איבער'ן זכות וואס יעדער וועט אריינכאפן צו קענען האבן א חלק אין בויען דעם מקדש מעט צו דינען דערינען דעם בוכ"ע מיט א הרחבת הדעת. נאכן מעמד האבן אלע משתתפים איבערגעגעבן זייער התחייבות פארן רבי'ן און האבן דערביי ערהאלטן ווערדפולע מתנות יעדער לפי ערכו.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page