גיגאנטישער בנין של חסד דק"ק באבוב וועט אויפגעבויט ווערן אין צענטער פון בארא פארק
- Bechatzros admin
- לפני 10 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' מקץ • כ''ה כסלו - א' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש

תושבי בארא פארק בכלל, און חסידי באבוב בפרט האלטן מיט פרייד דעם הרחבת גבולי החסד והטהרה וואס גייט אן אין די שטאט, צו קענען נאכקומען דעם געברויך פון די אלפי החסידים וואס זענען כסדר זיך חוסה בצ"ק פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א.
אין די טעג האט מען אנגעהויבן מיט דעם מלאכת הבני' אהערשטעלן דעם נייעם גיגאנטישן "בנין של חסד" אין צענטער פון בארא פארק, וואס וועט אנטהאלטן די פילצאליגע חסד-פראיעקטן פון די קהלה, ובפרט די הערליכע שמחה-זאלן וואו עס וועט זיין א מעגליכקייט צו פראווען שבת שבע ברכות פאר גאר ביליגע פרייזן, כפי רצון קדשו פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א.
דער נייער בנין בויט זיך אויף די 47'סטע סט. ביי איינס פון די בנינים וואס האט ביז לעצטנס געדינט פאר די באבובער תלמוד תורה. דער בנין איז שוין לאנגע יארן א מקום תורה וחינוך, זייעדיג אין די פריערדיגע יארן דער בנין הישיבה והת"ת פון די נאוואמינסקער מוסדות, און איז יארן צוריק איבערגענומען געווארן דורך די באבובער מוסדות, וואו עס זענען אויסגעשטיגן טויזנטער תלמידים אויפ'ן ערליכן שטייגער לשם ולתפארת.
מיט א צייט צוריק איז באנייט געווארן דער גיגאנטישער בנין התלמוד תורה פון די באבובער מוסדות אויף די 36'סטע סט. אין בארא פארק, וואו עס זענען פלאצירט געווארן די תלמידים פון די גאנצע תלמוד תורה. איינס פון די דריי בניני התלמוד תורה ווערט אין די טעג אראפגעווארפן, און אויפ'ן פלאץ וועט אויפגעשטעלט ווערן דער גיגאנטישער "בנין החסד" וואס וועט אנטהאלטן אלע חסד-אפיילונגען פון די קהלה, ובפרט א גרויסער צאל הכנסת אורחים צימערן, צו קענען אקאמאדירן די חשוב'ע אורחים וואס קומען כסדר זיך מסתופף זיין בצל הקודש פון רבי'ן שליט"א אויף ימים טובים, שיינע שבתים וזמני שמחה בחצר הקודש.
באזונדער וועט אין דעם בנין אהערגעשטעלט ווערן די נייע שמחה זאלן, צו קענען פראווען שבת שבע ברכות פאר ביליגע פרייזן, אין ראם פונעם בארימטן מפעל "חיים של שלום" וואס איז נתייסד געווארן אויף דער פערזענליכער אינציאטיוו פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, מיטן ציל מצמצם צו זיין מיט די הוצאות השמחה בעת שמחת נישואין פון די קינדער.
אין די טעג האט מען שוין אנגעהויבן מיטן מלאכת הבני', און דער ציבור קוקט ארויס מיט שפאנונג אויפ'ן גמר המלאכה וואס וועט אזוי שטארק ארויסהעלפן פאר די בני הקהלה מיט די פארצווייגטע פעולות של חסד וואס גייט אן אין אלע ענינים.
גלייכצייטיג האט מען אין די טעג אנגעהויבן די ארבעט מיטן הרחבת גבולי הטהרה פון די מהודר'דיגע מקוה אין ביהמ"ד הגדול דק"ק באבוב. ווי שוין באריכטעט, האט מען מיט א צייט צוריק שוין צוגעבויט א גרויסן פליגל צו די מקוה פון ביהמ"ד הגדול וועלכע איז שוין געווען ענג אין פלאץ צו קענען אקאמאדירן דעם גאנצן ציבור, ובפרט אין די ימים טובים און אנדערע זמנים ווען אזוי פיל אידן פון נאנט און ווייט קומען זיך מסתופף זיין בצל הקודש.
דער נייער פליגל פון די מקוה איז שוין באנייט געווארן לקראת די ימים הנוראים העעל"ט, און איצט ווערט די ארבעט פארגעזעצט, צו רענאווירן און פארגרעסערן דעם ביז-איצטיגן חלק פון די מקוה. די בורות המקוה ווערן פילפאכיג פארגרעסערט, עס ווערן צוגעלייגט נאך שויערס און אנדערע איינריכטונגען, און דער גאנצער אפיילונג ווערט פראכטפול רענאווירט און אהערגעשטעלט.
ווען די ארבעט וועט אי"ה פארענדיגט ווערן, וועט מען עפענען די וואנט און פאראייניגן די צוויי אפיילונגען אלס איין גרויסע מקוה וואס וועט אזוי שטארק פארלייכטערן פאר'ן ציבור זיך צו קענען מטהר זיין מיט הרחבת הדעת ווי עס פאסט זיך פאר חסידים ואנשי מעשה.



