נייע שמחה-זאלן "שובע שמחות" באנייט אין שיכון סקווירא צו פראווען ביליגע שבתות של שמחה
- Bechatzros admin
- לפני 5 ימים
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: לפני 4 ימים
דאנערשטאג פ' וישב • כ''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: איצי מ.,JDN
אין שיכון סקווירא איז דעם שבת קודש באנייט געווארן די נייע שמחה־זאלן "שובע שמחות", וואס גיט די מעגליכקייט פאר מחותנים צו פרייען שבת שבע ברכות אויף א ביליגן פארנעם, אזוי צו קענען פראווען די שמחות בשמחה וטוב לבב.
די נייע שמחה־זאלן זענען אהערגעשטעלט געווארן אינעם בנין התלמוד תורה דשיכון סקווירא "בנין האלפערין" דורך דעם מפעל "שובע שמחות" שע"י ק"ק סקווירא, וואס גיט זיך אפ מיט פעולות נשגבות צו פארלייכטערן פאר בעלי שמחה בעת שמחתם אויף פארשידענע אופנים, און האבן במשך השנים שוין מצליח געווען אויפצוטון גדולות ונצורות, צו שפארן פאר'ן ציבור סכומים עצומים.
איצט איז געקומען דער פרישער רינגל — אהערצושטעלן א צאל נייע שמחה־זאלן, צו וועלכן די געטרייע חברי הנהלת המוסדות אין שיכון סקווירא האבן מקדיש געווען עטליכע חדרים פונעם בנין התלמוד תורה, וואו מען האט איינגעשטעלט די שמחה־זאלן ספעציעל אויף צו קענען פראווען שבת שבע ברכות אויף א געצוימטן פארנעם, מיט בלויז צוואנציג קאפלעך במשך דעם גאנצן שבת.
די זאלן זענען באנייט געווארן פארלאפענעם שבת קודש, און ערב שבת מיטאג צייט איז אפגעהאלטן געווארן דער מסיבת לחיים לרגל דעם פתיחת האולמות, מיט דער השתתפות פון הרבים הגאונים הצדיקים שליט"א בני כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכע האבן איבערגעגעבן דעם ברכת הקודש פון רבי'ן שליט"א פאר די חשוב'ע עסקנים הדגולים וואס גיבן זיך אפ מיט אזא געטריישאפט צו פארגרינגערן פאר די בעלי שמחה בעת שמחתם.
















