ויהי בונה עיר: אומגעהויערע פרייד ביי חסידי בעלזא צו אויפבוי פון נייע "בעלזא שטאט" אין וואלדען ניו יארק
- Bechatzros admin
- 24 בדצמ׳ 2025
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 24 בדצמ׳ 2025
מיטוואך פ' ויגש • ד' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט עקסטאז און פרייד ווערט אויפגענומען ביי חסידי בעלזא אין אמעריקע די היסטארישע דורכברוך צו לעזן דעם שווערן דירות קריזיס אין ניו יארק, מיט'ן אויפבוי פון א שפאגל-נייע "בעלזער שטאט", א מאסיווע פראיעקט פון הונדערטער דירות אויסגערישט מיט אלע צרכי הקהלה והמוסדות דחסידי בעלזא.
די נייע "בעלזא שטאט" געפינט זיך אין וואלדען, א שטילע געגענט אין ארענדזש קאונטי אין א סטראטעגישע לאקאציע, א האלבע שעה צו פארן פון קרית יואל, און ווערט שוין יעצט פאקטיש געבויט מיט שנעלע אימפעט נאך עטליכע יאר פון שטילע און פראדוקטיווע צוגרייטונגען אויף אלע פראנטן.
דער רעיון פונעם נייעם שטאט איז אויפגעקומען פאר עטליכע יאר צוריק, בברכת קדשו ועידודו פונעם רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, נאכ'ן זיך דערזען מיט'ן לחץ זו הדחק און אומגעהויערע מאנגל און טייערע דירות וואס פלאגט דעם היימישן ציבור אין די היימישע שטעט איבער ניו יארק, און אויך אין לעיקוואד, וואו די בעלזער קהלה האט זוכה געווען צו זיין דער 'נחשון' מיט'ן זיין די ערשטע חסידי'שע קהלה אוועקצושטעלן א היימישע קווארטל מיט הונדערטער דירות, איז שוין אויך ענג, און ס'האט זיך געפאדערט א לאנגטערמיניגע קראנטע לעזונג צום דירות קריזיס וואו מ'זאל זיך קענען אויסברייטערן און אוועקשטעלן דעם עתיד פון ק"ק בעלזא אין אמעריקע.
אין לויף פון די לעצטע צוויי יאר זענען פאראויסגעגאנגען די פלענער מיט שטארקע פארשריט, ווערנדיג פערזענליך באגלייט דורך הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א בנו יחידו פון בעלזער רב שליט"א, וועלכער איז אריינמישט בעובי הקורה מיט'ן באגלייטן דעם פראיעקט בכל צעד ושעל זעענדיג דערין דעם קריטישן צורך פאר עדת חסידי בעלזא תושבי ניו יארק וואס לעכצן אזוי ארויס צו וואוינען במנוחה און הרחבת הדעת.
דער נייער ישוב ווערט געבויט דורך אן אחריות'דיגע וועד פון בעלי בתים חשובים וועם דער בעלזער רב האט ממנה געווען צו פארפיגן אויף דער מאסיווער אונטערנעמונג, אין שפיץ פונעם רוח החיים הנגיד ר' אשר זעליג אויסטערליץ הי"ו און הנגיד ר' עקיבא טויבער הי"ו, וועלכע זענען אריין אין קאנטראקט אפצוקויפן א גיגאנטישער שטח פון העכער 12 הונדערט אקער-לאנד אינעם נייעם שטאט, און נאך 15 הונדערט אקער-לאנד איז שוין אין קאנטראקט מיט'ן וועד העיר, צו פארזיכערן די מאקסימום סוקסעס און צו קענען האלטן די פרייזן נידריג.
פארגאנגענע וואך, איידער'ן ארויסקומען מיט די פלענער אין די עפנטליכקייט, איז ר' עקיבא שיחי' ווידעראמאל געפארן קיין ארץ ישראל און אריין צום בעלזער רב איבערשמועסן די ווייטערדיגע פלענער און א לענגערע צייט דורכגעגאנגען אלע פרטים און ערהאלטן ברכת קדשו, ויעבור הרנה ב'מחנה', ווען אין די בעלזער אויסגאבע 'המחנה' אין ניו יארק, איז דעם היינטיגן מיטוואך ויגש געבראכן געווארן די היסטארישע נייעס, איבער'ן הקמת העיר ועם בישראל, די נייע בעלזא שטאט על אדמת אמעריקע.
די בוי ארבעט פון די נייע דירות גייט שוין אן אין פולע שוואונג, ווען דערצו גרייט מען שוין צו די ריזן שטחים פאר די צרכי הקהלה והמוסדות, די בנינים אדירים פאר בתי מדרשים און חינוך הבנים והבנות, און אלע צרכי העיר, וואס וועט אויפגעבויט ווערן מיט גרויס פראכט און באקוועמליכקייט צו אקאמאדירן די פילע הונדערטער משפחות וואס וועלן זיך באזעצן אינעם נייעם שטאט וואס וועט האפנטליך זיין שוין גרייט זיך אריינצוציען אין צוויי יאר ארום.
בורא עולם בקנין השלם זה העיר!








תגובות