חסידי צאנז קלויזענבורג אויפגענומען מיט פרייד התייסדות פון נייעם תלמוד תורה אין עיר התורה והחסידות בני ברק
- Bechatzros admin
- 1 בינו׳
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' ויחי • י''ב טבת | בחצרות הקודש

חסידי צאנז קלויזענבורג אין ארה"ק בפרט און אומעטום בכלל, האבן מיט פרייד אויפגענומען די בשורה מרנינה, איבער דעם התייסדות פון די נייע תלמוד תורה דחסידי צאנז קלויזענבורג אין עיר התורה והחסידות בני ברק, וואס ווערט געעפענט צום קומענדיגן זמן הלימודים, בפקודת וברכת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א.
די צאנז קלויזענבורגער קהלות אין ארה"ק גייען אן לשם ולתפארת, מיט בתי מדרשים אויף אלע מקומות וואו עס וואוינען חסידי צאנז קלויזענבורג האלטן זיך צוזאמען תחת דגלו והדרכתו פון רבי'ן שליט"א, מריחוק מקום.
אצינד איז געמאלדן געווארן די בשורה מרנינה איבער דעם הרחבת גבולי הקדושה מיטן התייסדות פון די נייע תלמוד תורה וואס וועט געעפענט ווערן אין בני ברק, וואו דער היימישער ציבור חסידים ואנשי מעשה וועלן האבן די געלעגנהייט מחנך צו זיין די קינדער תחת דגלו והדרכתו פונעם רבי'ן שליט"א, לפי דרכם פונעם מייסד הקהילה הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זצוק"ל.
די תלמוד תורה וועט זיין סטאנציאנירט אינעם נייעם בנין המוסדות דחסידי צאנז קלויזענבורג אויף די בן יעקב גאס, וואס איז אפגעקויפט געווארן קארגע צוויי יאר צוריק און ווערט אין די יעצטיגער טעג רענאווירט אלס פרעכטיגע אכסניא של תורה, אדאנק די ווארימע שטיצע פון די חסידים בארץ ובגולה וואס האבן גענומען א חלק אין דעם קאסטבארע פראיעקט וואס איז אונטערגענומען געווארן פערזענליך דורך כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א.
אין די פארלאפענע טעג האט דער רבי שליט"א ממנה געווען א ועד ההנהלה פון אישי הציבור אנשי שם, מחשובי העדה אין ארץ ישראל, וועלכע וועלן מיטארבעטן בשכם אחד פאר די הצלחה פון די נייע תלמוד תורה. אלס מנהל התלמוד תורה איז אויפגענומען געווארן דעם באקאנטן איש החינוך הרב אברהם גולינסקי שליט"א.
אין די זעלבע צייט איז די רעגיסטראציע פאר די ערשטע כיתה אינעם תלמוד תורה אריין אין פולן שוואונג. די תלמוד תורה איז געאייגענט פאר היימישע חסידישע משפחות וואס זענען זיך גענצליך מתנזר פון די טעכנאלאגישע כלים למינהם און ווילן מחנך זיין די קינדער אויפן פארצייטישן חסידישער שטייגער.




