מאנסי: געהויבענע מעמד "קביעת מזוזה" פון נייעם בנין ישיבת דברי חיים בנין ראזנבערג בראשות האד' מדינוב
- Bechatzros admin
- לפני 8 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' מקץ • כ''ו כסלו - ב' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: איצי מ.,JDN
פאראנגענע וואך דאנערשטאג איז געווען א יום שמחה אין די בארימטער ישיבה גדולה דברי חיים אין שטאט מאנסי, ווען עס איז פארגעקומען די מעמד קביעת מזוזות פאר די פרישער הערליכער "בנין ראזנבערג" וואס איז געבויט געווארן פאר די ישיבה, בנדבת ליבו הטוב פון הרבני הנגיד מוה״ר אברהם יודא ראזנבערג הי״ו פון וויליאמסבורג.
דער מעמד איז באשיינט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א וועלכער איז ספעציעל ארויסגעקומען קיין מאנסי, אויף די איינלאדענונג פון זיין זון דער ראש הישיבה הגה"צ רבי הערשל ראבינאוויטש שליט"א, וועלכער האט מכבד געווען דעם רבי'ן צו מחנך זיין דעם נייעם בנין און משמיע זיין דברי חיזוק פאר די בחורים תלמידי הישיבה.
גלייך ביים אנקומען איז דער רבי שליט״א צוגעגאנגען צום הויפט טויער פונעם ביהמ״ד, און שטייענדיג נעבן דעם נדבן החשוב ר׳ אברהם יודא הי״ו, האט דער רבי שליט״א קובע געווען די מזוזה על פתח השער מיט א רגש של שמחה.
דערנאך איז פארגעקומען דער מסיבת לחיים לרגל המעמד אינעם פראכטפולן היכל הישיבה, וואו דער ראש הישיבה הגה"צ רבי הערשל שליט"א האט מיט פאסיגע דיבורים מקבל פנים געווען זיין חשובן פאטער דער רבי שליט"א. דער רבי שליט״א האט דערנאך געטרונקן לחיים, און געוואונטשן ברכות לרוב פאר׳ן נדבן ר׳ אברהם יודא הי״ו, פאר די מרביצי תורה און פאר די בחורי חמד שיחיו. נאך׳ן ממשיך זיין מיט ניגוני שמחה והודאה, האט מען געהאט די זכי׳ צו הערן די דברות קודש פון רבי׳ן שליט״א, בחיזוק לימוד התורה און דברי הכנה צום יום טוב חנוכה.
דער רבי שליט״א ארויסגעברענגט בשבח המקום פון די ישיבה, וואו די בחורים זיצן און לערנען, וכתר שם טוב עולה על גבו, און די געוואלדיגע שמחה צו קענען באנייען דעם פרישן מקום תורה וואס איז אהערגעשטעלט געווארן ברוב פאר והדר בנדבת ליבו פונעם חשוב׳ן נדבן ר׳ אברהם יודא הי״ו, לעילוי נשמתו פון זיין אומפארגעסליכער פאטער הרה"ח ר' הערשל ראזנבערג ע"ה, וואס איז געווען פון די נאנטע תלמידים ביים זיידן הגה"ק בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע.
נאך די דברות קודש האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א רקידה לכבוד המאורע, און די רבי שליט"א האט געדאווענט מעריב אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
















תגובות