גאב"ד סאטמאר מאנסי באזוכט פראכטפולע נייע חתונה תקנות זאל ׳עטרת גנענדיל׳ אין בנין פון מוסדות סאטמאר מאנסי
- בחצרות הקודש
- לפני 5 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' ויצא • ז' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

די וואך האט כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א אפגעהאלטן א באזוך אין די נייע פראכטפולע ׳עטרת גנענדיל׳ זאל וואס איז סטאנציאנירט אינעם בנין פון די סאטמארער מיידל שולע בית אסתר אויף סאוט מעדיסאן עוועניו אין מאנסי.
די רב שליט"א האט זיך אומגעקוקט ביי די לעצטע שטאפלען פון די בוי ארבעט אינאיינעם מיט'ן נדיב הרה"ח ר' מאיר משה יאקאבאוויטש הי"ו נדבן שם הבנין פונעם מיידל שולע ׳בנין יאקאבאוויטש׳. נאכן זיך אומקוקן אינעם זאל איז אפגעראכטן געווארן א מסיבת לחיים ביי וועלכן דער רב שליט''א האט באוואונדערט דעם הערליכע שיינע נייע זאל וועלכע איז באצירט מיט א היימישע אויסזען מלא חן, כראוי וכיאות פאר א אידישע שמחה.
די זאל האט מען אנגעהויבן בויען מיט א יאר צוריק דערנאך וואס עסקני הקהילה האבן איינגעזען אז עס איז צייט פאר א נייע תקנות זאל וועלכער זאל זיין ביליג פאר מחותנים אבער אויך הערליך און עלעגאנט, און דעם דינסטאג העעל"ט איז שוין געפראוועט געווארן די ערשטע חתונה אינעם זאל.



























