האד' מטאהש שטאט אפ גאר דערהויבענע באזוכן אין ישיבות הקדושות און תלמוד תורה דחסידי טאהש אין ניו יארק לכבוד חנוכה
- Bechatzros admin
- לפני 14 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' מקץ • כ''ז כסלו - ג' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש

ווי באריכטעט איז כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א אנגעקומען דעם מאנטאג אויף א קורצן באזוך קיין ניו יארק לכבוד די שמחת התנאים פון אן אייניקל, און האט דערביי געצינדן די נירות ברוב עם הדרת מלך, בקרב חסידי טאהש אין ניו יארק.
גלייך ביים אנקומען קיין ניו יארק איז דער רבי שליט״א צוגעפארן אויף א באזוך אין בנין ישיבה גדולה תורת משולם ד'טאהש אין טשעסטער, וואו דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די סדרי ימי חנוכה אין ישיבה, און די בחורים געהאט די זכי' צו דאווענען תפלות מנחה ומעריב ביומין דחנוכה מיטן רבי'ן.
שפעטער איז דער רבי געגאנגען אין די ישיבה מקוה לכבוד חנוכה ליכט צינדן, וועלכע איז פארגעקומען אין זאל פון עטרת חי' שרה אין מאנסי.
היינט דינסטאג צופרי האט דער רבי געדאווענט תפלת שחרית אין בנין פון ישיבה קטנה תפארת משולם פייש, וואו עס זענען אויך אריבערגעקומען די בחורי ישיבה גדולה. דאס דאווענען איז אריבער גאר דערהויבן, ובפרט ווען דער רבי האט פארגעדאווענט הלל מיט א שטארקע התרוממות.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מעמד לחיים וחלוקת מטבעות, וואו דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט לענגערע חיזוק והדרכה בעניני דיומא, וויאזוי אויסצונוצן די הייליגע חנוכה טעג, בעניני עבודת התפלה, לימוד התורה בהתמדה, דרך ארץ, בין אדם לחבירו, מדות טובות, און נאך.
די בחורים האבן דערנאך געהאט די געלעגנהייט אריבערצוגיין נעמען א מטבע לכבוד חנוכה פון רבי'ן, און באקומען ברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום שטח ווי עס ווערט אצינד געבויעט דער נייער בנין פון "ישיבה גדולה תורת משולם פייש" אינעם געגענט, דער רבי האט באקוקט די מאסיווע בוי ארבעט, און מאציל געווען ברכת קדשו פאר די הנהלת הישיבה.
פון דארט איז די רבי אריבערגעפארן אויף א באזוך אין דער טאהשער תלמוד תורה עבודת משולם פייש אין מאנסי, וואו דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש פאר די תינוקת של בית רבן. דערנאך האט די רבי פארטיילט מטבעות פאר אלע ילדי התלמוד תורה און געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די מלמדים און מקורבים אין א זייטיגער שטוב אין תלמוד תורה, באלד דערויף איז דער רבי אהיימגעפארן למעון קדשו אין קרית טאהש קאנאדע.















