top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הנהלת מוסדות סאטמאר מאנטריאל מעלדט פרייליכער אפקויף פון נייער גיגאנטישער "בנין המוסדות"

  • Bechatzros admin
  • לפני 11 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' מקץ • כ''ד כסלו - ערב יו"ט חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

אינעם אנגייענדער קייט פון הרחבת גבולי הקדושה דורך ק"ק ומוסדות סאטמאר האבן חסידי סאטמאר בכלל און תושבי מאנטריאל בפרט אויפגענומען די בשורה מרנינה איבער א מולטי מיליאן דאלאר'דיגע גמר המקח, ווען די הנהלת המוסדות איז אריין אין קאנטראקט אויף א גיגאנטישער פינף שטאקעדיגער בנין פון איבער 60,000 סקווער פיס וואס וועט דינען אלס א אכסניא של תורה פארן תלמוד תורה החדש והמפואר אויף די קומענדיגער יארן,  וואו די תלמידים וועלן בעזהשי״ת ווייטער באקומען דעם ערליכן חינוך בדרך ישראל סבא תחת דגלו והדרכתו פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו״ר מסאטמאר שליט״א (מהר"א).


דער סאטמארער קהילה אין מאנטריאל - וואס איז ביז עטליכע קארגע יארן צוריג געווען א רעלעטיוו קליין קהלה מיט א קליין בית המדרש, האט אין די פארגאנגאנע תקופה אויפגעשיינט אלס א הערליכע קהלה נאה וחסידה וואס כמעט אין דוגמתה, א בית המדרש הגדול, היכלי התורה ותפלה, מקוה מפוארה, כולל לאברכים, בית הוראה, פלייש געשעפט, התאחדות אברכים, בית האופה, ועד הכשרות, און נאך פיל.


דערצו איז מיט א צייט צוריק נתייסד געווארן דער תלמוד תורה "תורה ויראה" וואס האט אין די קורצע צייט קונה געווען דעם כתר שם טוב אין שטאט, און שוין א לענגערע צייט וואס די געטרייע חברי הנהלת המוסדות זענען פארנומען מיטן שאפן א פאסיגע אכסניא פאר די מוסד וואס בליעט כסדר אלס העכער און העכער, וחפץ ה' בידם הצליח איז מען אצינד אריינשפרונגען אין דעם מקח אויף א ריזן בנין אויף די צענטראלער בעיטס גאס אין די שטאט, דער בנין באשטייט פון א מאסיווע גרויסקייט פון "זעכציג טויזנט סקווער פיס" צו קענען פלאצירן דעם מוסד מיטן ריכטיגן הרחבת הדעת וואס פעלט זיך אויס דערצו.

bottom of page