מסובין בבני ברק: היסטארישער מעמד חנוכת הבית פארן בנין בית חינוך לבנות ד'סאטמאר אין בני ברק
- Bechatzros admin
- לפני 56 דקות
- זמן קריאה 3 דקות
מיטוואך פ' וישלח • י''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארלאפענעם זונטאג ויצא העעל"ט נאכן דערהויבענעם שבת אין אתרא קדישא מירון איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען קיין בני ברק און תיכף צוגעפארן צום בנין החדש בית חינוך לבנות 'בית פיגא" דחסידי סאטמאר וואס איז באנייעט געווארן ביים ביקור המרומם פון רבי'ן אין שטאט. די רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן פראכטפולן בנין, דערנאך קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און דערנאך ארומגעגאנגען זיך אומקוקן אויף אלע שטאקן. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די בוני ונדיבי הבנין, וואו עס האבן אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א און הרה"ח ר' ידידי' קלאגסברוין הי"ו לכבודו פון אביו הנגיד ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו - נדבן שם הבנין. דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט מיט התרגשות איבער די שמחה וואס מען שטייט יעצט ווען מען באנייט די בנין נאך צוועלעף יאר הארוואניע.
שפעטער פארנאכטס איז פארגעקומען די מעמד חנוכת הבית פונעם בנין בית החינוך לבנות אינעם ריזן שאטער אין צענטער פון שיכון קרית יואל מיט די באטייליגונג פון הונדערטער סאטמארער חסידים תושבי ארה"ק און הונדערטער געסט פון חוץ לארץ ובראשם פילע אדמור"י ורבני העיר בני ברק צווישן זיי האדמורי"ם ממאחנובקא בעלזא, סלאנים, נדבורנא, בוהוש, שבט הלוי, דעעש, חוג חתם סופר, זלאטשוב, זוטשקא, זוטשקא אמסנא, ביטשקוב, ספינקא בני ברק, צאנז זמיגראד, סערעדנא, האסוקוב, הגה"צ רבי חיים יצחק אייזיק לאנדא שליט"א גאב"ד בני ברק, הגאון רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מערב בני ברק, הגאון רבי משה שאול קליין שליט"א רב שכונת אור החיים, הגאון רבי יעקב מאיר שטערן שליט"א רב שכונת קהילת יעקב, הגה"צ רבי מרדכי געלבער שליט"א דומ"ץ מונקאטש, הגה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב און נאך.
אלס יושב ראש האט געדינט הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א - מרבני ק"ק סאטמאר וומ"ס וועלכע האט געעפענט די מעמד און אויסגעריפן הנגיד החסיד ר' מאיר הירש הי"ו - מראה"ק סאטמאר אין קרית יואל, וועלכע האט אראפגעלייגט די השתלשלות פון די הקמת ובניית הבנין בית החינוך לבנות "בית פיגא". דערנאך האט הרה"ח ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו פון קרית יואל ארויסגעברענגט זיינע הרגשים בשם די נדבני ובוני הבנין.
הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט פארגעזינגען ספעציעלע חרוזים לכבוד המאורע, און דערנאך האט מען געהערט דברי ברכה פון הגאון רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א - רב מערב בני ברק. דערנאך איז פארגעקומען די סיום כתיבת ספר תורה פאר די ספר תורה וועלכע איז געווארן געשריבן דורך די סאטמארע קהילה אין בני ברק און איז געווארן אריינגעגעבן צומארגנס מאנטאג צום ביהמ"ד הגדול אין בני ברק. דער רבי האט זיך געוואשן די הענט, און אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה.
דערנאך האט דער רבי אנגעהויבן די צענטראלע דברות קודש ודברי הדרכה פארן היימישן עולם אין בני ברק, דער רבי האט צום ערשט ארומגערעדט בדברי אגדה ומוסר על פרשת השבוע און דערנאך מעורר געווען בעניני צניעות ביי נשים, בפרט בנוגע ביי-האר און די זעלבע ביי אלע מלבושים פון קאפ ביז פיס, שייטלעך, פארבן די פנים, וכו', דער רבי האט מאריך געווען בשבח פון די קהילה אין בני ברק וועלכע האט זיך פארברייטערט בכמות ובאיכות ובפרט מיט די נייע בנין פאר חינוך הבנות, און דערמאנט לשבח די חשוב'ע נדבני הבנין.
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות און דער רבי האט אויסגעשריגן די ווייטאג אז יש אומרים אז דא אין בני ברק וועבן זיך פלענער צו מאכן פשרות אין דעם ענין רח"ל, חלילה וחלילה צו מפקיר זיין אידישע נפשות צום מיליטער וואס כל באיה לא ישובין, דער רבי האט ממשיך געווען רעדענדיג איבער די קליפות הציונית און מעורר געווען נאר צו רעדן אין די אידישע שפראך.
צווישן די מערערע טעמעס וואס די רבי האט בארירט, איז געווען די פראבלעם ביי בחורים פון האבן אן אייגענע טעלעפאון, און מעורר געווען די עלטערן צו שיקן די בחורים נאר אין היימישע סאטמארע ישיבות ווי מען איז מחנך אויפן שענסטן און בעסטן אופן, דער רבי האט פארענדיגט זיינע ווערטער צו די חשובע אורחים פון חוץ לארץ וועלכע האבן באזוכט אין די מוסדות צו ווייטער שטיצן די מוסדות ברוח נדיבה, און דערמאנט לשבח הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו וועלכע האט גענומען אויף זיך די עול צו אויסצאלן די כלי קודש פאר יו"ט פסח און פאר יו"ט סוכות.
דערנאך איז דער רבי געגאנגען הגבה און געטאנצן מיטן אפענעם ספר תורה, מיט גלילה איז מכובד געווארן הנגיד ר' יצחק אייזיק ווייס הי"ו - מנדבני הספר תורה. דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ פאר לענגערע מינוטן. נאכן מעמד האט די רבי געדאוונט מעריב און דערנאך איז דער רבי אראפ צום אונטערשטן שטאק פונעם בנין המוסדות ווי עס איז פארגעקומען א מסיבה אינאיינעם מיט פילע נגידים לטובת דער ביהמ"ד הגדול אין בני ברק.






































































































