top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תבנה ותכונן: פרישע אויסברייטערונג פון גיגאנטישער ביהמ"ד הגדול "בית וויזניץ" באשטעטיגט

  • Bechatzros admin
  • לפני יום 1
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

מיט אויסטערלישע שמחה ווערט אויפגענומען ביי חסידי וויזניץ אלוועלטליך איבער די ענדגילטיגע פלענער וואס איז באשטעטיגט געווארן אין די יעצטיגע טעג איבער "שלב ב'" אין די איבערבוי-פראיעקט פון די גיגאנטישע "בית וויזניץ" אין בני ברק, דער בית אדיר וקדוש אשר כל בית וויזניץ אליה נשואות.


ווי ברייט בארימט איז דער יעצטיגער גיגאנטישער בית וויזניץ נתחנך געווארן מיט עטליכע יאר צוריק, לכבוד ראש השנה שנת תשפ"ב, נאך א מאסיווע בוי אונטערנעמונג וואס איז אנגעגאנגען עטליכע יאר, אהערצושטעלן א פילפאכיג פארגרעסערטער צענטער לתורה ותפלה און די הייליגע טישן און מאורעות בצל הקודש פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א.


דער דאן-נייער בית וויזניץ איז דאן געווארן די סאמע גרעסטע ביהמ"ד איבער די וועלט, און האט במשך די פאר יאר געברענגט אן אויסטערלישע דערלייכטערונג און דראסטיש געלינדערט דעם מאנגל אין פלאץ אינעם אלטן ביהמ"ד וואס האט מער נישט געקענט אקאמאדירן דעם וואקסנדן ציבור בליעה"ר.


אבער ס'איז נישט אריבער מער ווי געציילטע יאר און ס'איז ווידער אויפגעשווימען א פלאץ מאנגל, וזה הגדול קטן, ווען דער ביהמ:ד איז שוין פון פריש קליין צו ארייננעמען אזויפיל טויזנטער חסידים זקנים עם נערים, ובפרט אין די ימים טובים וזמני שמחה, און דעריבער גייט מען זיך יעצט נעמען צו שלב ב', דורכצופירן א מאסיווע אויסברייטערונג אינעם בית וויזניץ.


אין דעם שלב וועט מען זיך נעמען צום "היכל הטישן", וואס געפינט זיך אין אן עקסטערע געביידע סמוך ונראה צום ביהמ"ד, וואס מ'האט ביז היינט גענוצט אלס היכל פאר די טישן און מעמדים, און דארט האט מען אויך געדאוונט במשך די גאנצע תקופה פון די בוי-ארבעט ביים נייעם בית וויזניץ.


דער "היכל הטישן" וועט ווערן פולקאם טראנספארמירט פון א פראוויזארישע פלאץ צו א היכל אדיר ומפואר פאר אלע טישן בצל הקודש, און איינמאל דאס וועט זיין פארטיג, וועט מען אראפנעמען דעם מערב וואנט פונעם גרויסן בית וויזניץ, והיה המשכן אחד, וועט דער היכל הטישן מיט'ן גאנצן שטח אינצווישן ווערן אלס א חלק פונעם בנין האדיר פון בית וויזניץ, וואס וועט צוגעבן פרישע טויזנטער זיצן אין היכל ביהמ"ד, בשעת דער היכל הטישן וועט ווייטער פארבלייבן אלס היכל מיוחד פאר די גרעסערע טישן דורכאויס די יאר.


די בוי-ארבעט איז געפלאנט אריינצוגיין אין פאקטישע שוואונג אין די קומענדיגע וואכן, מיט די האפענונג אז כאטש א חלק פונעם פארצווייגטער פראיעקט שוין זיין פארפולקאמט אויף די ימים טובים פון שנת תשפ"ז.

bottom of page