top of page
ערשטע בילדער: עצרת הרבבות אין ירושלים קעגן גזירת גיוס בני הישיבות
דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך


אלפי חסידי סאטמאר לעבן מיט שעות של קורת רוח ושמחת התורה ביי פייערליכע "כינוס הלומדים" שע"י חבורת 'יסודי התורה'
מיטוואך פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער, שאט די אט די שפאנענדע געמיטער פון אלפי חסידי סאטמאר לומדים ומתחילים אין חבורת "יסודי התורה" - "רבי'נס חבורה" זענען געהויבן געווארן צום מאקסימום, נאכ'ן מיטלעבן שעות ארוכות פון קורת רוח און תענוג רוחני, בשמחת התורה, ביים היסטארישן "כינוס הלומדים" וועלכער איז אפגעראכטן געווארן דעם זונטאג ברוב פאר והדר לכבוד התורה ולומדיה. טויזנטער חתני התורה, עמלי התורה, האבן זיך פארזאמלט אינעם גיגאנטישן "קאלאהארי סע


הרה"צ ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א דערווארט צוגאסט אין ניו יארק; רייכע מעמד "כולנו שותפים" לטובת מוסדות נחלת יעקב
מיטוואך פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידים ותלמידים גרייטן זיך מיט התרגשות מקבל פנים צו זיין פני הגה"צ המשפיע רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב אין ירושלים עיה"ק, וועלכער וועט אנקומען אויף א קורצן באזוך קיין ניו יארק לשמחת לב חסידיו ואנשי מעשה וואס וועלן נהנה זיין מאורו במשך דעם באזוך. דער רב שליט"א קומט צו פארן קיין ניו יארק לטובת די מוסדות נחלת יעקב אין ירושלים, ביי וועלכן פילצאליגע אידן זקנים עם נערים זענען זיך כסדר מתחמם לאורו הבהיר אויף א געה


גרויסן עולם ביי שמחת הנישואין בחצרות ספינקא - טשאקאווא בילדער גאלעריע
דינסטאג פ' לך לך • ו' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר א גרויסן ציבור האט די וואך מאנטאג מיטגעהאלטן די רבי'שע חתונה אין שטאט בני ברק פון די חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, א זון פון זיין זון הרה"צ ר' אהרן משה ווייס אב"ד ספינקא לאנדאן, איידעם ביי הגה"צ אבד"ק מאקאווא ב"ב זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' חיים שמואל געשטעטנער שליט"א אבד"ק טשאקאווא, בנו יחידו כ"ק אדמו"ר מטשאקאווא שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא ירושלים שליט"א, וואס איז


התכנסות רבתי און חגיגה מפוארה חנוכת הבית בחצה"ק סאדיגורא לאנדאן געפייערט ברוב פאר והדר
דינסטאג פ' לך לך • ו' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דודי בראון - RG PRODUCTIONS נאכפאלגענדיג די קייט פון מאורעות בחצר הקודש סאדיגורא לאנדאן, אנגעהויבן מיטן שבת חנוכת הבית פונעם נייעם ביהמ"ד הגדול און דערנאך די חגיגת הכנסת ספר תורה מוצאי שבת, איז דעם זונטאג אפגעראכטן געווארן דער מלכות'דיגער מעמד חנוכת הבית, און התכנסות רבתי לכל הקהל הקודש אינאיינעם מיט די סעודה לגמרה של תורה, אויף א פראכטפולן פארנעם. די מעמד איז פארגעקומען אין די מערידיען גרענד זאל אין לאנדאן, וואו


האד' מראחמיסטריווקא וועט אונטערנעמען קורצע נסיעה קיין שווייץ אין ראם פון מסע הגדולים לטובת "קרן עולם התורה"
דינסטאג פ' לך לך • ו' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם קומענדיגן אנהייב וואך פ' וירא וועט כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אפפליען אויף א בליץ באזוך קיין ציריך שווייץ צו זיין א טייל פון נאך א נסיעה וואס ווערט אונטערגענומען דורך די גדולי ומאורי הדור לטובת דער "קרן עולם התורה", מיטן ציהל אויפצוטרייבן סכומים אדירים לטובת די ישיבות און כוללים בארץ הקודש. דאס קומט נאכדעם וואס דער ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א, האט פערזענליך פארבעטן דעם רבי'ן זיך אנצושליסן אין די נסיעה ו


צו השעה: האד' מבאבוב צום ערשטן מאל אפגעגעבן זיין שטימע אין שאטן פון קריטישע מעיאראל וואלן
מאנטאג פ' לך לך • ה' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין א דראמאטישע שריט איז געמאלדן געווארן מטעם קהילות ומוסדות באבוב, אז צום ערשטן מאל אין די היסטאריע, האט דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, אליינס אפגעגעבן זיין שטימע, ביי די וואלן וואס קומט פאהר די טעג אין ניו יורק. די רעדע איז פון א גאר קריטישע וואל פארמעסט פאר די מעיאר זיץ אין ניו יורק, ווען אויפן פראנט ליניע לויפט אן אויסגעשפראכענער אנטיסעמיט, וועלכע לאזט זיך אפן הערן מיט ווילדע העצן קעגן אידן, וואס דאס טוט שטארק באזאר


נייע בנין אדיר פאר מתיבתא צאנז-קלויזנבורג אין הארץ פון בארא פארק אויפגעבויעט אין בליץ שנעלקייט פון בלויז דריי חדשים
מאנטאג פ' לך לך • ה' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אחים לענטשעווסקי חסידי צאנז קלוינזבורג נעמען אויף מיט התרגשות'דיגע פרייד און שמחה איבער די ענדגילטיגע בליץ-שנעלע אויפבוי פונעם נייעם בנין המתיבא אין הארץ פון שטאט בארא פארק אויף 14'טע עוועניו ביי די 50'סטע גאס, הארט נעבן די בית המדרש הגדול דחסידי צאנז קלויזענבורג, וועלכע איז אויפגעבויעט געווארן אין א שטוינענדע שנעלקייט פון בלויזע דריי חדשים פון ווען מען האט אנגעהויבן די מלאכת הבני' ביז צום פארענדיגונג בס"ד. און עס


אלפי תלמידי מוסדות "עטרת שלמה" מוחה געווען ביים טורמע 10 וואו עס שמאכטעט הב׳ אריאל שמאי מתלמידי הישיבה
מאנטאג פ' לך לך • ה' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש אריבער צוויי טויזנט קינדער בליעה"ר פון די חדרים אונטער די נעץ "עטרת שלמה" פון איבער גאנץ ארץ ישראל, זענען היינט ארויסגעפארן צו די מיליטערישע תפיסה כלא נומער 10, צו א מחאה אדירה אויפן ארעסט פונעם תלמיד הישיבה "עטרת שלמה" הבחור החשוב אריאל שמאי הי"ו, וועלכע שמאכטעט אין טורמע פארן איינציגסטן חטא צוליב זיך נישט שטעלן אינעםצום מיליטער. דער עצרת מחאה איז פארגעקומען נאכן התייעצות פונעם ראש ישיבה הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א, אינאי


חסידי מונקאטש אין לאנדאן מיטגעלעבט געהויבענעם באזוך פון רבם ומאורם האד' ממונקאטש
מאנטאג פ' לך לך • ה' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בהדרת כבוד האבן תלמידי וחסידי מונקאטש בעיר הבירה לאנדאן מקבל געוועהן את פני הקודש פון כ''ק האדמו"ר ממונקאטש שליט''א וועלכע אנגעקומען אויף א קורצע באזוך אין שטאט צו באשיינען די חתונה היינט בבית הרה"ג רבי שמשון גליק זצ"ל דומ"ץ מוקנאטש לאנדאן. אין די פריע פארטאגס שעהן מיטוואך פ' נח האט דער פליגער געלאנדעט אין די לאנדאן היטרו לופטפעלד און א קורצע צייט דערויף איז דער רבי שליט"א ארויסגעקומען פטנעם טערמינאל אין באגלייטונג פון די משמשים


אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ שיקט פערזענליכן בריוו צו האד' מבאבוב 45 לכבוד חנוכת הבית פון נייעם ביהמ"ד הגדול
מאנטאג פ' לך לך • ה' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די יעצטיגע טעג איז פארעפנטליכט געווארן די נייעס איבער א העכסט היסטארישער בריוו וואס דער אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ יר"ה האט פערזענליך אפגעשיקט צו כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, דער בריוו אונטערגעשריבן דורכן פרעזידענט זעלבסט איז אנגעקומען צום רבי'ן דורך העסקן ר׳ דוד כץ הי"ו דער עקזעקוטיוו פארזיצער פון די ׳איזראעל העריטעזש פאנדעישאן׳. אין די בריוו אדרעסירט דירעקט צום רבי'ן טוט דער פרעזידענט באגריסן דעם רבי׳ן לכבוד די חנוכת הבית פ


לאנדאן: האד' ממונקאטש באשיינט בראש השמחה ביים חתונה פון החתן בן הרה"ג ר' שמשון גליק זצ"ל דומ"ץ מונקאטש לאנדאן
זונטאג פ' לך לך • ד' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש ווי ברייט באריכטעט האט כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א אפגעראכטן א בליץ באזוך על אדמת ענגלאנד, ווען דער רבי איז ארויסגעפלויגן פאר עטליכע שעה קיין לאנדאן עיר הבירה, צו באשיינען די שמחת החתונה פונעם יונגסטן זוהן ביי הרה"ג ר' שמשון גליק זצ"ל דומ"ץ מונקאטש לאנדאן. מיטוואך (נח) אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום מעמד החופה אין די יסודי התורה זאל אין סטעמפארד הילל, דער רבי האט מסדר קידושין געווען און זיך באגריסט מיט די


היסטארישן עצרת המיליאן בחוצות ירושלים באשטימט אויף דעם ה' לך לך במעמד רבוא רבבות בני ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן
זונטאג פ' לך לך • ד' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש צאו והפגינו בקול, היינט זונטאג איז ארויסגעקומען די ענדגילטיגע באשטימונג, איבער דעם היסטארישן "עצרת המיליאן" וואס וועט פאראייניגן הונדערטער טויזנטע בני היהדות החרדית פון אלע שיכטן און קרייזן איבער גאנץ ארץ ישראל אויף די הויפט גאסן פון ירושלים עיה"ק, דעם קומענדיגן דאנערשטאג פרשת לך לך הבעל"ט אין די נאכמיטאג שטונדן, ארויסצוברענגען אונזער קול מחאה אקעגן דעם ביטערן גזירת הגיוס אין ארה"ק, וואס דאס באדייט א גזירת שמד, א גזירת כלי', במלו


הגרש"ב סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה ביי אסיפת חירום אין לשכת בד"ץ העדה החרדית איבער מאסן־עצרת קעגן גזירת הגיוס
זונטאג פ' לך לך • ד' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דוד ארזני ווי ברייט באריכטעט גרייט זיך דאס יהדות החרדית אין ארצינו הקדושה ארויסצוקומען אויף א מאסן עצרת מחאה ווי קיינמאל בעפאר, קומענדיג אויסשרייען דעם וויי-געשריי פונעם יהדות החרדית קעגן די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות וואס די ציוניסטישע רעגירונג צווינגט ליידער ארויף אויף טויזנטער בחורים פון אלע שיכטן און קרייזן אין ארה"ק, היל"ת, קומען פאר העפטיגע באראטונען מיט די סאמע גרעסטע עסקנים פון די חסידישע, ליטווישע או


וויליאמסבורג: גרויסארטיגע סאטמארער חתונה פארגעקומען אינעם ניי-רענאווירטן ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר
מוצאי שב"ק פ' נח • ג' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער בחדוה עילאה האבן אלפי תלמידים וחסידי סאטמאר מיטגעלעבט די געהויבענע שמחת נישואין בחצר הקודש פון אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכע איז אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר בסימן טוב ובמזל טוב בהיכל ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אין וויליאמסבורג. די גרויסארטיגע חתונה איז געווען די ערשטע שמחה בבית צדיקים וואס איז געפראוועט געווארן אינעם נייעם היכל ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר וויליאמסבורג. דער ביה


גראנדיעזע "סיום חצי ש"ס" וועט פאראייניגן טויזנטער לומדי חבורת יסודי התורה דסאטמאר דעם זונטאג לך
דאנערשטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש טויזנטער סאטמארער חסידים, לומדים ומתחילים אינעם חבורה "יסודי התורה" זענען איינגעהילט אין שפאנענדע געמיטער, ווען עס טיילט אפ א קארגע דריי טעג ווען מ'גייט מיט א ריכטיגע שמחת וחדות התורה, פייערן די היסטארישע "חגיגת סיום חצי ש"ס – והתחלת חלק שני ש"ס" ביים גראנדיעזן מעמד אדיר ונשגב "כינוס הלומדים", וועלכער ווערט געפייערט ברוב פאר והדר, דעם זונטאג פר' לך, בראשות דער מייסד ונשיא החבורה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. ווי די ראשי "חבורת יסודי


וְשָׂמַחְתָּ לִפְנֵי ה' אֱלֹקֶיךָ • געהויבענעם יום טוב סוכות בצ"ק פון האדמו"ר מבעזלא
דאנערשטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק, אמ"ש,JDN


אסיר ציון האברך החשוב בנש"ק הרב ארי' מרדכי ראבינאוויטש אויפגענומען בשמחה רבה בבתי גדולי ישראל
דאנערשטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש נאכפאלדנדיג די באפרייאונג פון דעם אסיר ציון בנש"ק האברך הר"ר אריה מרדכי ראבינאוויטש הי"ו, אייניקל פון כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, וועלכער איז ענדליך באפרייט געווארן פון דער מיליטערישער טורמע, נאך דעם וואס ער האט דארט געשמאכטעט לאנגע דריי חדשים, אריינגערעכנט די הייליגע טעג און די ימים טובים, איז ר' אריה מרדכי הי"ו אין די טעג ארומגעגאנגען בבתי גדולי ישראל אדמור"ים רבנים און די מנהיגי העדה החרדית וועלכע האבן מקבל פנים געווען ד


שוידערליכע וואנדאליזם אויפן בית עלמין העתיק אין שטאט וויזניצא אין אוקריינע מקום מנוחתם פון צדיקי בית וויזניץ
דאנערשטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש שאק און שוידער האט באנומען וויזניצער חסידים פון איבעראל, ביים ערהאלטן די ידיעה איבערם שרעקליכן חילול הקודש, ווען נעכטן מיטוואך אויפדערנאכט האבן א באנדע ערלים, נידריגע עלעמענטן זיך איינגעבראכן אינעם בית העלמין העתיק אין שטאט וויזניצא אוקריינא, מקום מנוחתם פון אדמור"י בית וויזניץ, הרה"ק בעל צמח צדיק ובנו ממלא מקומו הרה"ק בעל אמרי ברוך זי"ע, און האבן וואנדלזירט דעם בית החיים מיט א שוידערליכע בזיון. די עלעמענטן האבן אויפגעבראכן דעם ג


זעלטענע מאניפעסטאציע פון כבוד התורה ביי מעמד אדיר "קבלת פני רבותינו" אין לאס אנדזשעלעס
דאנערשטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש יהדות לאס אנדזשעלעס לעבט מיט געהויבענע טעג בצלם פון די גדולי ישראל שליט"א וואס זענען געקומען צו פארן פון ארה"ק און פון אמעריקא, מיטן ציל אויפצוטרייבן פאנטאסטישע נדבות לטובת דער 'קרן עולם התורה',וואס דינט אלס דער רוקן ביין פון די עולם התורה בארה"ק אין שאטן פון דעם ביטערן גזירת הגיוס. אין דעם יעצטיגן 'מסע חיזוק' האבן זיך אנגעשלאסן בראש וראשון מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א, הגאון רבי ירוחם אלשין ראש ישיבת ביהמ"ד גב


bottom of page


