היסטאריע: אלפי חסידי ברסלב פון אלע שיכטן און קרייזן פאראייניגט ביי מעמד אדיר סיום ספר ליקוטי הלכות
- Bechatzros admin
- 19 בינו׳
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 20 בינו׳
זונטאג פ' בא • כ"ט טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברהם. אייזנבאך
טויזנטער חסידי ברסלב זענען נאך אונטער'ן טיפער רושם פון די היסטארישע כינוס אדיר, סיום ספר הקדוש ליקוטי הלכות, וואס איז געלערנט געווארן דורך אלפי חסידי ברסלב דרוכאויס די לעצטע פינעף יאר, און איז געפייערט געווארן ביי א חגיגה מפוארה וואס האט צוזאמגענומען ברסלובער חסידים פון אלע פראקציעס, כלל קהילת הקודש דחסידי ברסלב אין ארץ הקודש, די מעמד איז פארגעקומען אין די גרויסע אוועניו זאלן אין שטאט לוד.
אין א דרויסנדיגע זאל איז געווען צוגעשטעלט א ברייטע סעודת מלוה מלכה כיד המלך פאר כל הקהל הקודש, און אין א באזונדער זאל איז געווען אויסגעלייגט גרויסע יריד הספרים פון אלע ספרי הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע ותלמידיו ובפרט ספרי 'ליקוטי הלכות' פון אלע סארט מהדורות.
די מעמד האבן באשיינט צענדליגער רבנים ומשפיעים ובראשם די גדולי רבני וזקני ברסלב, דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, הגה"צ רבי משה קערמער שליט"א, הגה"צ רבי ניסן דוד קיוואק שליט"א, הגה"צ רבי שאול סירוטה שליט''א, הגאון רבי יעקב שלמה מוזסון שליט"א מרבני ישיבת טשעבין, און נאך פיל.
צווישן די מערערע דרשות האט מען בחרדת קודש זיך צוגעהערט צו די דברי אלוקים חיים פונעם מנהיג העדה וזקן חסידי ברסלב הגה''צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט''א, וואס האט ארומגערעדט מיט א זעלטנע התרגשות זייענדיג אונטערן איינדרוק פון אזא הייליגע מעמד, און בתוך דבריו ארויסגעברענגט די רוח הקודש פון הרה"ק רבי נתן מברסלב - די מחבר פון ספה''ק ליקוטי הלכות, ווי מ'זעהט היינט ווי ער האט פארשטאנען צו אלע שווערעקייטן פון אונזער דור, און די תרופה פאר אלע נסיונות הדור וואס ליגן באהאלטן אין זיין ספר ליקוטי הלכות.
פייערדיגער דיבורים איז געהערט געווארן פון הגה"צ רבי שאול סירוטה שליט''א, וואס אויפגעשטורמט דעם ציבור איבער די גרויסקייט פון ליקוטי הלכות, און דערנאך האט מען געהערט קורצע דיבורים פון הגאון ר' מנחם מנדל פומרנץ שליט''א יו''ר מכון עוז והדר, און מו''ל פון ספה''ק לקוטי הלכות המבואר, ארויסגעגעבן דורך מכון עוז והדר, וואס האט בתוך דבריו דערציילט ווי דער הייליגער אמרי אמת האט מדריך געווען זיין זיידע צו לערנען ספרי ברסלב, און ארויסגעברענגט וואס מ'קען זוכה זיין דורכן זיך מאכן א קביעות אין דעם הייליגן ספר.
צום שלוס האט אויפגעטרעטן המשפיע הגה''ח רבי שמעון צבי שפירא שליט''א וואס האט אין זיינע קורצע ווערטער, מעורר געווען דעם ציבור צו מתפלל זיין אויף די ביטערע גזירות הגיוס, און צוזאמען פארגעזאגט תפילות ובקשות לביטול הגזירה הנוראה.
נאכן מעמד איז זיך דער ציבור האלפים צוגאנגען אין פייערדיגע ריקודים, להודות ולהלל, באגלייט דורך צענדליגער בעלי מנגנים און כלי שיר, אנגעפירט דורך די באקאנטער חסידישע בעל מנגן ר' יעקב דאסקאל און די מלכות קאפעליע.













































































תגובות