top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רבות בנות: פריידיגע געפילן ביי חסידי וויזניץ אין ניו יארק צו גרינדונג פון נייע מיידל שולע "בנות הינדא"

  • Bechatzros admin
  • לפני יום 1
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' בא • כ"ט טבת | בחצרות הקודש

מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען צווישן חסידי וויזניץ תושבי בארא פארק איבער די גרינדונג פון די נייע מיידל שולע "בנות הינדא" וואס וועט עפענען די טויערן צום נייעם לערן-יאר פון שנת תשפ"ז הבעל"ט.


די נייע מיידל שולע ווערט געעפנט בעידודו וברכת קדשו פונעם מנהיג העדה מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, נאכצוקומען דעם שטארקן פארלאנג פונעם ציבור חסידי וויזניץ צו האבן א היימישע ערליכע מקום חינוך פאר די בנות ישראל הכשרות, נתחנך צו ווערן על דרך ישראל סבא המסורה לבית וויזניץ.


בהוראת הקודש פונעם רבי'ן שליט"א איז באשטימט געווארן דער נאמען "בנות הינדא" ע"ש הרבנית הצדיקת מחברתה הטהורה פונעם סבא קדישא הרה"ק בעל אהבת ישראל מוויזניץ זי"ע.


אלס מנהלת פון די נייע שולע איז אויפגענומען געווארן די אויסגערופענע מחנכת הרבנית הצדיקת מסקולען תליט"א, א"ח להבחל"ח כ"ק אדמו"ר מסקולען זצוק"ל בעל ישועת יעקב, וואס האט א לאנגיעריגע ערפארונג פון העכער דרייסיג יאר אין פעלד פון חינוך הבנות.


לקראת די התייסדות הבית חינוך האט דער רבי שליט"א אפגעשריבן א ווארעמע מכתב ברכה, ארויסברענגענדיג זיין קורת רוח איבער דעם נייע שולע פאר די טעכטער, וואס אונזערע רבי'ס האבן געלייגט אזא גרויסן דגוש אויף חינוך הבנות און פירט אויס מיט ווארעמע ברכות לרוב, הצלחה וסיעתא דשמיא.



תגובות


bottom of page