על אם הדרך: האד' מסאטמאר וועט אונטערנעמען קורצע מסע הקודש קיין עיר האבות סיגוט אונטערוועגנס קיין מאנטשעסטער
- Bechatzros admin
- לפני יומיים
- זמן קריאה 1 דקות
מוצאי שבת קודש פ' וארא • כ"ח טבת | בחצרות הקודש

מיט אן אויסטערלישע התרוממות עילאה און חרדת קודש ווערט אויפגענומען ביי חסידי סאטמאר די בשורה נרגשת אז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועט על אם הדרך קיין מאנטשעסטער ענגלאנד, אונטערנעמען א קורצע מסע הקודש לערי אבותיו הק' צדיקי עצי התומר זי"ע אין סיגוט לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הגה"ק בעל קדושת יום טוב מסיגעט זי"ע וואס געפאלט אויס דעם קומענדיגן מאנטאג תרומה כ"ט שבט. לויט'ן פלאן וועט דער רבי שליט"א זיך ארויסלאזן זונטאג פ' תרומה, אויפ'ן וועג קיין רומעניע, און אפרעכטן דעם הילולא קדישא באתר דמר אין שטאט סיגוט, אינאיינעם מיט פילצאליגע חסידי סאטמאר פון איבער דער גארער וועלט וואס וועלן אריינכאפן די זכי' מיטצוהאלטן די נסיעה רוממה.
זונטאג אוונט וועט דער רבי שליט"א אריינקומען צו מעריב און דערנאך אפרעכטן דעם שולחן הטהור וסעדות הילולא רבתי אינעם שוהל הויף אין שטאט סיגוט, און צומארגנס מאנטאג פארטאגס בקדרותא דצפרא בשעה שהרחמים גובר וועט דער רבי ארויפגיין אויף די ציונים הק' אינעם אהל הק' פון צדיקי בית סיגוט, און מעתיר זיין לדבר ישעה ורחמים.
שפעטער אין טאג וועט דער רבי ממשיך זיין די רייזע מיט א פריוואטער טשארטער פליגער קיין מאנטשעסטער וואו דער רבי וועט ווי באריכטעט אפרעכטן א בליץ באזוך פון בלויז איין טאג צו באשיינען די מעמד חנוכת הבית פארן נייעם היכל התורה לב אהרן אין די סאטמארער קהילה אין שטאט.
אין די יעצטיגע טעג ווערן געמאכט די העפטיגע אראנדזשירונגען מסדר צו זיין די פילע דעטאלן פון די נסיעה רוממה, וואס אנטשפרעכט צו זיין א יומא אריכתא פון אומבאשרייבליכע התעוררות און הייליגע שעה'ן פון התרוממות הנפש בצל קדשם פון די אבות החסידות זי"ע.
ויושר יליצו בעדינו חיות אש







תגובות