גרויסן מעמד "חנוכת המקוה" פאר מהודר'דיגע מקוה אין נייע בליענדע ישוב קענווי איילענד
- Bechatzros admin
- לפני שעתיים
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' בא • א' שבט | בחצרות הקודש

אין די נייע חרדישע ישוב קענווי איילענד נישט ווייט פון עיר הבירה לאנדאן איז די וואך געפייערט געווארן די מעמד חנוכת המקוה פון די נייע מהודר'דיגע מקוה וואס איז געבויט געווארן פאר די תושבי העיר, לכבוד ולתפארת, על פי כל כללי ההידור וההלכה.
דער מקוה וואס איז געבויעט געווארן דורך דער צאנטראלער ביהמ"ד תפארת שמואל דק"ק קענווי איילענד, איז א חידוש אין גרויסקייט און שיינקייט יחיד במינה, און איז פינאנצירט געווארן דורך חשוב'ע נגידים ונדיבים, וועלכע שטייען כסדר צו לימין הקהלה מיט ריזיגע סכומים, בנוסף צו די פעולות פון די עסקנים הדגולים וואס זענען אריינגעטון בכל לב ונפש צו באגלייטן פונדערנאנט דעם בליה און וואוקס פון די קהלה אויף אזא געהויבענעם שטייגער.
בראש המעמד האט באשיינט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א וואס איז ספעציעל ארויסגעקומען קיין קענווי איילענד לכבוד המאורע, די עסקני העיר האבן אפגעווארט דעם רבי'ן און ארומגעוויזן אין די נייע מקוה אזוי אויך די כלים מקוה וואס איז געבויעט געווארן לרחבת הציבור.
דערנאך איז פארגעקומען די מעמד חנוכת הבית אינעם גרויסן היכל "תפארת שמואל" במקהלות עם רב די הונדערטער תושבי העיר, און נאך אורחים חשובים פון לאנדאן און די אומגעגענט אין שפיץ פון די רבני העיר. דער וויזניצער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברי ברכה לכבוד העם הנאספים און דערנאך אנגעוואונטשן די עסקני המקוה בפרטות. דערנאך איז געהערט געווארן שיינע דרשות דורך הגה"צ ר‘ משה מנחם ווייס שליט"א אבד"ק סאטמאר לאנדאן, הגה"צ רבי ר‘ פנחס שנעבאלג שליט"א ראש ישיבת וויזניץ לאנדאן, און הרה"ח ר‘ אברהם יאזעפאוויטש הי"ו מטובי הקהל וואס האט אויף די ענגלישע שפראך באדאנקט די לאקאלע באאמטע וואס שטיין צוהילף, דער דבר הקהילה איז דאן געהערט געווארן דורך הרה"ח ר‘ שמחה אליאס הי"ו פון די פני העדה אין שטאט.









































































