top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מדושינסקיא איז מעורר תלמידי הישיבה נאך לעצטיגע טראגעדיעס מיט בחורים און קינדער ל"ע

  • Bechatzros admin
  • לפני 6 ימים
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' בא • ג' שבט | בחצרות הקודש

היינט פארמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א פלוצים ערשינען אין היכל הישיבה גדולה דושינסקיא אין ירושלים, זייענדיג מעוטף בטליתו נאך א ברית ביי איינע פון די חסידים, דער רבי האט גערעט צו די תלמידי הישיבה אנבאלאנגט די לעצטיגע שווערע שמועות מחרידות פון די נאכאנאנדע טראגעדיעס ה"י אין ארץ ישראל, ווען יונגע בחורים און קליינע קינדערלעך זענען אזוי טראגיש אוועקגעריסן געווארן דורך מיתות שונות ומשונות רחמנא ליצלן, אנגעהויבן מיט צוויי וואכן צוריק ביים עצרת מחאה אין ירושלים וואו א ישיבה בחור איז טראגיש אומגעקומען, נעכטן דינסטאג ביי א הפגנה נעבן שטעטל קוממיות איז ליידער נאך א ישיבה בחור טראגיש אומגעקומען, באזונדער די ביטערע טראגעדיע די וואך אין ירושלים ווען צוויי פיצעלע קינדערלעך זענען אזוי פלוצים אומגעקומען, און א עקסטערע אבל יחיד עשי לך פאר קהלה קדושה דושינסקיא מיט די פריצייטיגע פטירה פון אחד מן החבריא אין בית שמש הרה"ח ר' משה הערשקאוויטש ז"ל, וועלכע איז אין די לעצטערע יארן געווען א שווערע בעל יסורים נאכן אדורכגיין ביטערע חולאים און מכאובים.


דער רבי שליט"א האט מעורר געווען, אז די שווערסטע מקרים איז געווען ביי בחורי הישיבות, און עס איז זיכער א רמז מן השמים אז דייקא די בחורים דארפן תשובה טוהן און מפשפש זיין במעשים.


באזונדער האט דער רבי שליט"א געפאדערט פון די גאנצע קהלה, אז חוץ די פינף קאפיטלעך תהלים וואס מען זאגט יעדן טאג נאך שחרית, זאל מען מוסיף זיין נאך פינף קאפיטלעך, אזוי ווי דער בית דין הגדול שבירושלים האט שוין נתקן געווען.


היינט מיטוואך אויפדערנאכט, וועט דער רבי שליט"א אנקומען קיין בית שמש, ווי עס וועט פארקומען אן עצרת התעוררות אין ביהמ"ד הגדול דושינסקיא היכל מהרי"ם אין רמה ב', פאר די הונדערטער חסידי דושינסקיא תושבי העיר, לאור די שווערע בראך וואס האט געכאפט די קהלה אין בית שמש מיט די פריצייטיגע פטירה פון הרה"ח ר' משה הערשקאוויטש ז"ל, און דערביי וועט דער רבי שליט"א אוועקשטעלן די ניי "קרן אלמנות והיתומים" ארויסצוהעלפן די עלנדע יתומים שטייענדיג בעת צר, און על פי פקודת הקודש פונעם רבי'ן שליט"א וועלן אלע חסידים, קרובים אל החלל, תושבי עיר בית שמש, זיך משתתף זיין מיט גרעסערע סכומים אוועקצושטעלן א יסוד בסיס פארן קרן.


תגובות


bottom of page