top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מצאנז קלויזנבורג באשיינט בר מצוה פון נכד הרה"ק מצאנז קלויזענבורג זצ"ל; אייניקל ביי האד' מצאנז זוועהיל

  • Bechatzros admin
  • לפני שעה
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' בא • א' שבט | בחצרות הקודש

כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א האט נעכטן זונטאג אוונט באשיינט בראש המסובים ביי די שמחת הבר מצוה פון א אייניקל ביים שוואגער כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א חתנא דבי נשיאה הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזנבורג זי"ע, א זון פון זיין זון הרה"ג ר' שמואל דוד פריזענט שליט"א ראש חבורת אברכים אין קרית צאנז לעיקוואד, איידעם ביי הגה"צ רבי ישראל חיים אשרי שליט"א אב"ד שער אפרים וויליאמסבורג, די שמחה איז פארגעקומען אין די סקווירא זאל אין בארא פארק וואו דער רבי האט מיטגעהאלטן א לענגערע וויילע און משמיע געווען דברי תורה לכבוד די שמחה. דערנאך האט דער רבי מכבד געווען גיסו האדמו"ר מצאנז זוועהיל אויפצוטרעטן און דער בר מצוה בחור האט געזאגט דעם פשעטל. נאכן בענטשן האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט אויף א געהויבענעם ריקוד אויפן אויבן אן און דערנאך געוואונטשן אלע בעלי השמחה.



תגובות


bottom of page