top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אומפארגעסליכע שבת בקורות ק"ק בעלזא מאנטריאל מיט אורח הדגול הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא

  • Bechatzros admin
  • לפני 45 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' בא • ב' שבט | בחצרות הקודש

הונדערטער חסידי בעלזא דרי מאנטריאל זענען נאך אונטערן רישומא דקדושה נאכן מיטלעבן א שבת מעין עולם הבא וואס איז אפגעראכטן געווארן דעם שבת פ' וארא בראשות דעם אורח הדגול הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א וואס איז געקומען צו פארן בשליחות אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א לעשות את השבת פאר עדת חסידי בעלזא אין מאנטריאל, נאך צוועלף יאר זינט דעם לעצטן שבת וואס הרה"צ רבי אהרן מרדכי האט געפראוועט אין שטאט.


דער גאנצע סידורו של שבת איז פארגעקומען אין די גיגאנטישער שאטער וואס איז ספעציעל אויפגעשטעלט געווארן נעבן די בניני המוסדות און איז געווארן אויסגעשטאט מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס אויף אלע זייטן צו אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור.

מנחה ערב שבת האט געדאווענט בנו הרב חיים מאיר רוקח שליט"א וואס איז געקומען צו פארן ספעציעל אויף שבת פון ארץ ישראל, און צו קבלת שבת האט הרה"צ רבי אהרן מרדכי יורד געווען לפני התיבה. נאכן דאווענען איז דער גאנצער ציבור זקנים עם נערים דורך זאגן א גוט שבת וואס האט געדויערט א לענגערע צייט. די סעודת ליל שבת האט דער גאסט געגעסן אינאיינעם מיט די מנהלי המוסדות, די חברי הועד הרוחני און די געסט מחוץ לעיר, וואו מען האט געהאט די געלעגנהייט צו הערן דברי תורה און הדרכות ישרות.


נאכן סעודה איז הרה"צ שליט"א ערשינען צום באטע אינעם שאטער וואס איז געווען מלא וגדוש עד אפס מקום, ועל צבאם האבן זיך אנגעזען די רבני העיר: הגה"צ רבי יוחנן וואזנער ראב"ד סקווירא, האדמו"ר מטריסק מאנטריאל, הרה"ג רבי יעקב מאיר פארקאש דומ"ץ וויזניץ, הרה"ג ר' יחזקאל טאובער דומ"ץ באבוב, הרה"ג ר' פנחס ווידער דומ"ץ צאנז קלויזנבורג, און אזוי אויך עטליכע קינדער פון האדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל בשליחות הקודש.


ביים באטע האט מען געזונגען די זמירות שבת וואו עס איז נהוג אין בעלזא, און בין גברא לגברא האט הרה"צ רבי אהרן מרדכי משמיע געווען דברי תורה גאנצע אכצן מאל. נאכן באטע האט מען אהיימבאגלייט דעם גאסט בשירה וזמרה ביז צום אכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' רפאל הערצאג הי"ו.


שבת אינדערפרי האט בנו הרה"ג רבי אלימלך נתן נטע רוקח שליט"א געדאווענט שחרית פארן עמוד, הרה"צ רבי אהרן מרדכי האט עולה געווען שישי, דערנאך געבענטשט דעם חודש בהתעוררות רב און פארגעדאווענט מוסף פארן עמוד. ביים סעודה שבת בייטאג האבן מיטגעגעסן אלע גבאי השטיבלעך פון שטאט וואו הרב אהרן מרדכי האט משמיע געווען יסודות'דיגע דברי חיזוק.


דער קלימאקס פונעם שבת איז געווען דער געהויבענער שלש סעודות וואס איז אפגעראכטן געווארן אויפ'ן בעלזער שטייגער. נאך מנחה האט הרה"צ זיך געוואשן און אויפגעשניטן די חלה פון וואס מען האט אראפגעשיקט פאר די דייני ומשפיע הקהלה און פאר די עסקני הקהלה והמוסדות און עסקני השבת, נאכן אריינברענגען די מאכלים, האט הרה"צ פארגעזאגט 'יצוה צור חסדו' און 'מזמור לדוד' און מען האט געזינגען אלע זמירות כנוסח בעלזא.


רבי אהרן מרדכי האט געבענטשט אויפ'ן כוס און נאכ'ן זמן ר"ת האט ער משמיע געווען אויפ'ן מייק לענגערע דברי התעוררות און דברי מוסר בענינים הצריכים חיזוק, דערנאך האט מען געדאווענט מעריב, נאך מעריב האט רבי אהרן מרדכי געמאכט הבדלה, נאכדעם איז דער גאנצער ציבור אריבערגעגאנגען וואונטשן א גוטע וואך.


דער שבת מרומם האט זיך געשלאסן מיטן מעמד הבאגלייטן, וואו מאסן חסידים האבן מיט גרויס כבוד באגלייט דעם געהויבענעם גאסט מיט אבוקות של אש און כלי שיר, בשירה וזמרה ובקול צהלה ורינה, ווען דער גאנצער ציבור איז נאך אונטערן איינדרוק פון אזא געהויבענעם שבת וואס וועט אויף לאנג געדענקט ווערן.



תגובות


bottom of page