top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ויחן את פני העיר: חסידי צאנז אין אמעריקא מקבל פנים געווען האד' מצאנז בשערי ניו יארק

  • Bechatzros admin
  • לפני 6 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' בא • א' שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין

בברכת רבא דעמי מדרבנא דאומתי בריך מתייך לשלם, האבן חסידי צאנז נעכטן מקבל פנים געווען פני קדשו פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, ביים אנקומען בשערי ניו יארק, צום געהויבענעם צוויי וואכנדיגע באזוך בקרב עדת חסידי צאנז תושבי אמעריקא.


ווי שוין באריכטעט, איז דער צאנזער רבי שליט"א געקומען צופארן קיין ניו יארק צו מחזק זיין די קהילות הקודש און אויפבויען די בניני הקהילה והמוסדות פון חסידי צאנז אין אמעריקע. במשך די לעצטע וואכן האט מען געמאכט די גרויסארטיגע הכנות צום גרויסן באזוך פונעם רבי'ן שליט"א, וואס האט ביי יעדן ארויסגעברענגט א געוואלדיגן התרגשות.


נאך די לענגערע הכנות, טעכנישע און רוחניות'דיגע, האט מען מיט א רגש דקדושה שוין ארויסגעקוקט אויף דעם גרויסן טאג פון זונטאג פרשת בא, ווען מען וועט האבן די זכי' מקבל פנים צו זיין דעם געהויבענעם גאסט, דער רבי שליט"א.


מוצאי שבת ווען דער רבי האט פארלאזט ביתו נאוה קודש אין קרית צאנז נתני' האבן הונדערטער חסידים און די תלמידי המתיבתא הקדושה ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה ובזמרה מיט גרויס התרגשות, ביים אנקומען אין לופטפעלד האבן זיך געזעגענט דעם רבינס קינדער, די עסקני מוסדות צאנז פון איבער גאנץ ארץ ישראל, און שלוחי דרבנן העסקן הרב מאיר פרוש הי"ו. דער רבי איז צוגעפארן מיטן קאר ביז צום פליגער באגלייט מיט די משמשים בקודש און בנו הגה"צ רבי יוסף משה דוב הלברשטאם רב דחסידי צאנז אין אמעריקא.


נעכטן זונטאג קורצליך פאר 6:00 פארטאגס האט דעם רבינס פליגער געלאנדעט אין די נוארק לופטפעלד. דער רבי איז שוין אפגעווארט געווארן ביים פליגער דורך די ראשי העסקנים, שפעטער ווען דער רבי שליט"א האט זיך באוויזן אינעם טערמינאל, האט דער פארזאמעלטער ציבור אויסגעבראכן אין א געזאנג, און די חשוב'ע פני וראשי הקהלה האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א מיט א רגש של שמחה, און דער רבי שליט"א האט יעדן משיב שלום געווען מיט א געוואלדיגן חביבות.


פונעם לופטפעלד האט דער רבי שליט"א זיך ארויסגעלאזט אונטער פאליצייאישע באגלייטונג אויפ'ן וועג קיין לעיקוואד, וואו עס ווע זיך אנהייבן די געהויבענע ימי הביקור, און די ימי החג והשמחה וואס שפירט זיך אין די לופטן ביי יונג און אלט. 


נאך א קורצן אפרוה בבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' אברהם רייך הי"ו ראש הקהל צאנז לעיקוואד איז דער רבי ערשינען צו תפילת שחרית אין צאנזער ביהמ"ד אין שטאט, וואו דער רבי האט צוערשט זיך אומגעקוקט אין די נייע מקוה וואס איז געבויעט געווארן אינעם בנין הביהמ"ד אינאיינעם מיטן דיין הרה"ג ר' שלמה ניימאן שליט"א און די ראשי הקהילה. דער רבי שליט"א האט זיך דאן געטובלט אין די נייע מקוה און אריינגעקומען צו שחרית אינאיינעם מיט די חסידים תושבי המקום.



תגובות


bottom of page