top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הערליכע שבע ברכות בחצר הקודש סאטמאר געווידמעט פאר נדיבים בעם לטובת השלמת הבני' פון ביהמ"ד הגדול סאטמאר

  • Bechatzros admin
  • 18 בינו׳
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' בא • כ"ט טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אשי וויינגארטען,JDN

א הערליכע פילאנטראפישע שמחת השבע ברכות איז פארגעקומען דעם מאנטאג וארא אויפדערנאכט, לרגל די שמחת החתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אצל בנו הרה"צ ר' יואל שליט"א, די שבע ברכות איז פערזענליך פאררופן געווארן דורכן געהויבענעם זיידן דער סאטמארער רבי שליט"א, ספעציעל פאר א גרעסערע קבוצה נדיבים בעם פון די סאטמארער קהלה, זייענדיג געווידמעט אנצואווארימען די הערצער פון די נדיבים זיך אנצושליסן מיט ריזיגע סכומים לטובת די "פלטרין של מלך" קאמפיין צו קענען משלים זיין די איבערבוי פראיעקט פון בית המדרש הגדול ד'סאטמאר אויף ראדני סטריט אין וויליאמסבורג.


דאס קומט אין נאכפאלג וואס דער רבי שליט"א האט שוין משמיע געווען ברבים ביים היסטארישן דרשה ליל שב"ק פרשת ויצא איידער קבלת שבת ביים עפענונג פונעם קאמפיין, אז ער האט גענומען אויף זיך די גאנצע עול צו דעקן די אסטרנאמישע הוצאות, זאגענדיג בלשונו "איך האב געבעטן די עסקנים גרעסער מאכן די ביהמ"ד איך האב זיי צוגעזאגט אז איך וועל ברענגן די געלט, איך בעט יעדער זאל מיך ארוסהעלפן".


די שבע ברכות איז אפגעהאלטן געווארן אויף א רייכע פארנעם, זייענדיג א מחזה הוד ווי אזויפיל נגידי בית סאטמאר זאגן אינאיינעם "הננו" להחיות נפש צדיק ארויסצוהעלפן דעם רבי'ן שליט"א מיטן גמר השלמת הבנין.


אלס יושב ראש המעמד האט געדינט דער משמח אלקים ואנשים ר' נחמן ליווי הי"ו, מען האט געהערט ווארימע ווערטער פון עטליכע חברי הנהלת הקהלה, און דערויף האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש און אויפגעפאדערט די נדיבים בעם זיך אנצושליסן מיט ריזיגע סומעס פארן גמר השלמת הבנין.במשך די שמחה האבן זיך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א וואס איז געווען צוגאסט אין ניו יארק לטובת מוסדותיו און כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א וועם דער רבי האט מכבד געווען צו טאנצן מיטן חתן און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די אדמור"ים.



תגובות


bottom of page