חסידי סאטמאר איבערראשט איבער געפלאנטע הכנסת ספר תורה וואס האד' מסאטמאר האט געלאזט שרייבן צוויי יאר צוריק
- Bechatzros admin
- לפני שעה
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' בא • ב' שבט | בחצרות הקודש

מיט איבערראשנדע עקסטאז ווערט אויפגענומען ביי תלמידי וחסידי סאטמאר אומעטום איבער א חגיגת "הכנסת ספר תורה" וואס דער רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א פלאנט אפצורעכטן אויף די אייגענע פריוואטע ספר תורה וואס ער האט געלאזט שרייבן נאך מיט צוויי יאר צוריק.
לויט ווי ס'ווערט באקאנט האט דער רבי שליט"א ארום צוויי יאר צוריק אנגעהויבן זיך גרייטן בקיום מצות כתיבת ספר תורה, ווען ער האט דאן באשטעלט ביי א היימישן סופר מומחה מחשובי חסידי סאטמאר, צו לאזן שרייבן א ספר תורה, און זינט דאן ווערט די ספר תורה געשריבן בתכלית ההידור והיופי, אלעס שטיל און באשיידן, אן א שום פרסום.
אצינד ווען די ספר תורה האלט שוין נאנט צום גמר, ביים סוף סדר דברים, איז ארויס די ידיעה אז בקרוב וועט אפגעראכטן ווערן די גרויסארטיגע חגיגת הכנסת ספר תורה, ווען דער רבי וועט אריינפירן זיין אייגענע ספר תורה לבית מדרשו של רבי, אינעם ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אויף ראדני סטריט אין וויליאמסבורג.
ווי עס ווערט באקאנט צווישן די חסידים איז דער רבי שליט"א עומד ומצווה און שטייט זייער דערויף אז אלעס זאל צוגיין אן א טראסק, און וויל עס גאר אריינגעבן שבת אדער א יו"ט, ווען מ'זעט זיך נאר משמח זיין אינעם היכל ביהמ"ד לכבודה של תורה, באופן הצנע לכת.







תגובות