top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וַיַּרְא מְנֻחָה כִּי טוֹב: האד' מסאטמאר אויף אפרוה אין פאלם ספרינגס קאליפארניע

  • Bechatzros admin
  • לפני שעתיים
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' בא • ב' שבט | בחצרות הקודש

כמדי שנה בשנה איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אפגעפלויגן קיין פאלם ספרינגס קאליפארניע, וואו דער רבי שליט"א וועט זיך אויפהאלטן אויף אפרוה במשך די קומענדיגע וואכן, וקוי ה' יחליפו כח, און ממשיך זיין מיט זיין עבודת הקודש אויף א פריוואטן פארנעם.


דער רבי שליט"א וויילט אין פאלם ספרינגס אויף במשך די קומענדיגע דריי וואכן, זייענדיג א געלעגנהייט פאר די אידן וואס האלטן זיך אויף וואקאציע אין די געגענט, מיטצוהאלטן די געהויבענע טעג בצל הקודש פון רבי'ן שליט"א.


במשך די וואכן וואס דער רבי שליט"א האלט זיך אויף אין פאלם ספרינגס, דאווענט די רבי די תפלות אינעם ארטיגן ביהמ"ד, אנגעפירט דורך הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו מנאמני בית הרה"ק הברך משה מסאטמאר זי"ע, וועלכער גיט זיך אוועק מיט גרויס געטריישפט להרחבת דעתם פונעם ארטיגן ציבור ובראשם פון רבי'ן שליט"א.



תגובות


bottom of page