בנאות דשא: כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וויילט אין מיאמי אויף אפרוה
- Bechatzros admin
- לפני 8 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' בא • ד' שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער
כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וועלכער וויילט די יעצטיגער טעג אין מיאמי פלארידא אויף אפרוה האט דעם ראש חודש מעריך געווען שולחנו הטהור לכבוד היום, אין קערעסטירער ביהמ"ד וואו א גרויסן ציבור תושבים און וואקאציונערן וואס האלטן זיך די טעג אויף אין מיאמי זענען אריינגעקומען מיטהאלטן דעם טיש.
דער רב שליט"א האט משמיע געווען אמרי קודש מעניני דיומא און געוואנטשן לחיים פאר די אנוועזענדע רבנים צווישן זיי הגה''צ ר' אברהם יצחק וואלפסאן אבד"ק אמונת ישראל מאנסי, הגה"צ ר' יחזקאל גאלד אב"ד שערי חסד, הרה"צ ר' אלי גראס שליט"א מקערעסטיר און הרה"צ הישיש ר' משה גראס שליט"א מקערעסטיר.
צווישן די אורחים חשובים ביים טיש האבן זיך אנגעזען, זקנים ופני הקהלות פון אנדערע שיכטן און קרייזן, צווישן זיי הרבני הנגיד ר' אליעזר קענסטענבוים און הרבני הנגיד ר' אברהם יהודה ראזענבערג מראשי קהילות סאטמאר.
ווי די פריערדיגע יארן טוט דער רבי שליט״א דאווענען די תפלות אין קערעסטירער ביהמ״ד, וואו דער רבי שליט״א נוצט אויס די געלעגענהייט ביים זיך טרעפן מיט די אידן וואס האלטן זיך דארט אויף אויף אפרוה, מיט וועמען דער רבי שליט״א פארפירט הערליכע שמועסן, ביי וועלכן עס גיסט זיך זכרונות, סיפורים ומנהגי קודש פון פריערדיגע צדיקים.











































