top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ביקור המרומם פון האד' מצאנז אין שטאט לעיקוואד | חלק ב'

  • Bechatzros admin
  • לפני 6 ימים
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' בא • ג' שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין

דעם מאנטאג ראש חודש האט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א געדאוונט שחרית אין צאנזער ביהמ"ד אין לעיקוואד וואו עס האבן מיטגעדאוונט א גרויסן עולם, סיי די חסידים תושבי המקום און די חסידים וואס זענען געקומען צו פארן מחוץ לעיר מיטצוהאלטן א ראש חודש'דיגע דאווענען בצל הקודש. דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו הלל בהתעוררות רב, און ביי קריאת התורה האט מען געליינט אין די נייע ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן דעם זונטאג צום ביהמ"ד נדבת משפחת רייך.


רביעי האט דער רבי עולה געווען אין די ספר תורה און דערנאך געבענטשט הגומל, דערנאך האבן אלע געסט פון ארץ ישראל גומל געבענטשטש. נאכן דאווענען האט דער רבי געדינט אלס סנדק ביי א ברית לבן אחד מחסידיו פון לעיקוואד און דערנאך אפגעראכטן א שולחן לחיים און משמיע געווען דברות קודש.


נאך שחרית איז דער רבי אריבער אויף א באזוך צו שאר בשרו הגה"צ אבד"ק רודניק לאס אנדזשעלעס שליט"א, ווי עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים.


שפעטער פארמיטאג זענען אריבערגעקומען אויף א באזוך צום רבי'ן א דעלעגאציע פון די "חמד" העלט-צענטער אין עיר התורה לעיקוואד אין באגלייטונג פון די מעיאר פון שטאט לעיקוואד. וואו ברייט בארכטעט האבן די ראשי ההנהלה פון חמד באזוכט אין קרית צאנז נתני' מיט עטליכע וואכן צוריק, מיטן ציל כדי צו זען פונדערנאנט דער הלך ילך אינעם וועלט בארימטן "לניאדו שפיטאל" מיסודו של הרה"ק השפע חיים מצאנז קלויזנבורג זצוק"ל בשעת די חמד העלט צענטער גרייט זיך אויפצושטעלן אן ערשטמאליגע "אידישע שפיטאל" אין לעיקוואד.


עס איז דערביי פארצויגן געווארן א לענגערע שמועס איבער די מטרה פון א פרומע שפיטאל און דער מטרה פונעם קלויזנבורגער רב זצוק"ל מיטן עפענען די לניאדו שפיטאל, זיי האבן דערנאך געצייגט פאר'ן רבי'ן אלע אקטיוויטעטן פונעם צענטער, און די פלענער אויפצושטעלן א "אידישע שפיטאל" אין לעיקוואד וואס זאל זיך אפגעבן מיט אלע צרכי רפואה פאר די צענדליגער טויזנטער משפחות העיר.


דערנאך זענען אריינגעקומען צום רבי'ן א משלחת נכבדה נגידים בעם ראשי ההנהלה פון קרן עולם התורה וואס העלפן ארויס די מוסדות התורה אין ארץ ישראל וואס מוטשענען זיך אין שאטן פונעם גזירת הגיוס, אויפן ארט זענען אויך אנוועזענד געווען די שלוחי הקודש ראשי הנהלת ארגון קרן הצלה דחסידי צאנז, און נאכן באזוך האט דער רבי געשאנקן א מתנה א לעדערנע סעט דברי יציב פאר די חברי ההנהלה אלס אנערקענונג פאר זייערע פעולות לטובת דעם עולם התורה אין ארץ ישראל.


שפעטער נאכמיטאג נאך מנחה בבית האכסניא, איז געווען זמני כניסה ספעציעל פאר די נדיבים בעם העם וואס האבן זיך משתתף געווען מיט גרויסע סכומים לביסוס הקהילה אין לעיקוואד, ווי די רבי האט געטיילט א מתנת קודש פאר אלע נגידים, דערנאך איז אריין די בעל אכסניא הרבני החסיד ר' אברהם רייך ובני משפחתו און די רבי האט זיך באדאנקט און זיך געזעגנט.


פון דארט איז די רבי אנגעקומען צום ביהמ"ד וואו די חסידים זענען דורך מיט קוויטלעך, נאך די זמני כניסה האט זיך דער רב משתתף געווען ביי די חתונה פון אן אייניקל ביים שוואגער הגה"צ רבי ישראל אונסדארפער שליט"א, א טאכטער ביי זיין זון  הגה"צ ר' יצחק אונסדארפער שליט"א אבד"ק שבילי דוד לעיקוואד, וואו דער רבי האט געטרינקען לחיים און זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט די חתן און מחותנים.


פון דארט איז דער רבי ארויסגעפארן קיין מאנסי וואו ער וועט זיך אויפהאלטן ביז איבער שבת בבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' מענדל בראכפעלד הי"ו.



תגובות


bottom of page