top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויזניץ באזוכט אין תלמוד תורה החדש ישועות משה וויזניץ אין בארא פארק נאכן לאנדן על אדמת ניו יארק

  • Bechatzros admin
  • לפני 54 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' בא • א' שבט | בחצרות הקודש

נעכטן זונטאג אין די פריע פארטאגס שעהן האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א געלאנדעט אין ניו יארק, וואו דער רבי וועט זיך אויפהאלטן אויף א קורצע באזוך פון עטליכע טעג מיטן מיל מחזק צו זיין קהל עדת צאן מרעיתו און צו באשיינען די שמחת החתונה פון אן אייניקל ביי איש אמונו הנגיד החסיד רבי חיים שטערן הי"ו פון קווינס, וואס איז פארגעקומען נעכטן אויפדערנאכט אין בארא פארק.


אין די מיטאג-שעה'ן איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך בשערי התלמוד תורה החדש ישועות משה וויזניץ אין בארא פארק, וואו עס זענען געווען פארזאמלט די ילדי החמד, די הורי התלמידים, און דער וועד הנאמנים פונעם תלמוד תורה. צום ערשט האט דער רבי קובע געווען א מזוזה ביים שער הבנין וואס איז באנייט געווארן צום יעצטיגן שנת הלימודים, דערנאך איז דער רבי שליט"א אריין אינעם בנין וואו די ילדי החמד האבן אויפגענומען דעם רבי'ן בשירה וזמרה. די מלמדים האבן פארגעשטעלט פאר די קינדער פארשידענע שאלות בתורה וחסידות, ענווה והתבטלות, און דער רבי שליט"א האט ארויסגעוויזן גרויס הנאה און קורת רוח פון די ידיעות וואס די קינדער האבן ארויסגעוויזן. דערנאך האט מען געזינגען ניגוני שמחה און ניגוני הכנה צו י"ב שבט וואס דער רבי האט באשטימט אלס ראש השנה לחסידות, און דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש, ארויסברענגענדיג מיט התרגשות זיין התפעלות פונעם געוואלדיגן חינוך וואס מען לייגט אריין אין די קינדער. די ילדי החמד זענען דערנאך דורך שלום נעמען און דער רבי האט פארטיילט מיני מתיקה.


דערנאך איז דער רבי ארומגעגאנגען זיך אומקוקן צווישן די קלאסן, און שפעטער איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינעם ביהמ"ד בבנין התלמוד תורה, וואו דער מנהל הרב שמואל הערש ווייס האט אויפגענומען דעם רבי'ן מיט פאסיגע דיבורים. דער רבי האט געוואונטשן לחיים און ווידער ארויסגעברענגט זיינע געפילן זעענדיג די שיינע פירות, און דערמאנט דעם געהויבענעם שבת ויחי וואס ער האט געפראוועט מיט די ילדי החמד אין ארץ ישראל. דער רבי האט איבערגעלאזט ברכות לרוב פאר די קינדער און זיך אינטערסירט ביי די מנהלים און מלמדים איבער די סדרי הלימודים און זיי אויך אנגעוואונטשן ברוב ברכות.



תגובות


bottom of page