top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הערליכע רבישע חתונה געפראוועט אין בארא פארק פון נכד האד' מקאפיטשניץ

  • Bechatzros admin
  • 19 בינו׳
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' בא • א' שבט | בחצרות הקודש

אין דער שטאט בארא פארק איז פארלאפענעם וואך אפגעראכטן געווארן די שיינע רבישע חתונה פון די חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א, א זון פון זיין זון הרה"צ ר' בנימין פלינטנשטיין שליט"א אבד"ק קאפיטשניץ בית שמש, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבאסטאן בית שמש זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון הרב שמשון מאלינסקי שליט"א, נכד צדיקי בית אלעסק, די שמחה איז פארגעקומען אין די באבובער זאל אהלי פרידא אין בארא פארק, וואו א גרויסן ציבור חסידים ומעריצים האבן זיך משמח געווען בשמחתו פונעם זיידן דער קאפיטשניצער רבי, ובראשם האבן זיך אנגעזעהן מערערע אדמור"ים ורבנים חשובים, פון לענגאויס די שטאט. אינצווישן די אורחים חשובים האט ארויסגעשיינט די פעטער כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק לטובת מוסדותיו און האט מיטגעהאלטן די גאנצע שמחה מהחל ועד כלה.



תגובות


bottom of page