top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בארץ מגורי אביו: האד' מסאדיגורא וועט באזוכן אין היימשטאט לאנדאן צום ערשטן מאל נאכ'ן איבערנעמען כתר הנהגה

  • Bechatzros admin
  • לפני 59 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' בא • ב' שבט | בחצרות הקודש

יהדות לאנדאן גרייט זיך בכבוד והערצה מקבל פנים צו זיין דעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א וואס וועט קומען צופארן לרגל די שמחת החתונה בבית חותנו, החתן יונגסטער קינד פון הגה"צ ר' אשר חיים שטערנבוך שליט"א דומ"ץ מחזיקי הדת ואב"ד אהל יעקב אנטווערפן, מיט די כלה אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א, וואס קומט פאר מיטוואך פר' יתרו אין עיר הבירה לאנדאן.


דעם רבי'נס באזוך אין לאנדאן איז אן ערשטמאליגע נאכ'ן איבערנעמען די כתר הנהגה, און ברענגט אויף גירסא דינקותא זיך אומקערנדיג אל ארץ מגורי אביו, די שטאט לאנדאן וואו דער רבי שליט"א איז געבוירן און ערצויגן געווארן ביז צו זיינע בחורישע יארן, בשנת תשע"ג, ווען דער פאטער כ"ק אדמו"ר בעל עטרת ישראל מסאדיגורא זצ"ל האט זיך געצויגן קיין ארץ ישראל.


דער רבי שליט"א וועט צוערשט אפשטאטן אין שטאט אנטווערפן, לרגל די שבת עלי' לתורה וואס וועט פארקומען דעם קומענדיגן שבת פר' בשלח שבת שירה בבית מדרשו פונעם שווער אהל יעקב, און מאנטאג דערויף פראווען א גרויסארטיגע חמשה עשר טיש אינעם טשארטקאווער קלויז אין שטאט במעמד מאסן חסידים ומעריצים ותושבי העיר.


צומארגנס דינסטאג יתרו וועט זיך דער רבי שליט"א ארויסלאזן קיין לאנדאן, מיטצוהאלטן די חתונה און נאכפאלגנדע שבת שבע ברכות, וואס דער רבי וועט אלעס מיטהאלטן בקרב המשפחה, אויף א פריוואטן פארנעם.


דורכאויס די וואך וועט דער רבי שליט"א אויפנעמען דעם ציבור חסידים ומעריצים לעצה ולברכה, און אויסנוצן דע געלעגנהייט ארומצוגיין בבתי נדיבים בעם און באשיינען א רייע מסיבות לטובת המוסדות.

תגובות


bottom of page