top of page
היסטארישע באגעגעניש צווישן משלחת נכבדה פון האד' מגור ביים מעיאר פון שטאט ראדזימין אפצוראטעווען ארטיגן בית החיים
זונטאג פ' דברים • כ''ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש א דראמאטישע צונויפטרעף איז פארלאפענע וואך אפגעהאלטן געווארן צווישן הרה"צ ר' ישראל מנחם אלתר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, מיט'ן הויכגעשעצטן מעיאר פון שטאט ראדזימין אין פוילן, וואו הרה"צ ר' ישראל מנחם האט בשליחות הקודש פון מר אביו דער גערער רבי פארגעלייגט די פארלאנג איבערצובויען און מחדש זיין דעם גדר פונעם גאנצן שטח בית החיים העתיק אין שטאט, וואס איז ליידער אין לויף פון די יארן פארוואנדלט געווארן אלס שאסיי און פארק. אין דעם


טויזנטער וויזניצער חסידים האבן אויסגעגאסן דאס הארץ ביים כותל המערבי לרפואת האד' מוויזניץ
זונטאג פ' דברים • כ''ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אלפי חסידי וויזניץ, האבן פאריגן ליל שישי איבערגעפולט דעם רחבת הכותל המערבי ביים ערשטמאליגן און געהויבענעם מעמד תפילה וזעקה. טויזנטער חסידים, אנשים נשים וטף פון אלע עקן ארץ ישראל, האבן אפגעשטעלט זייער סדר היום און געשטראמט צום שריד בית מקדשנו, במקום שלא זזה ממנו שכינה, איינצורייסן רחמי שמים מרובים לרפואתו השלימה והמהירה פונעם רעיא מהימנא קדישא, מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, רבי ישראל בן לאה אסתר, וועלכער געפינט זיך שוין קרוב צו צ


יערליכע דינער קשר אחד לטובת איחוד מוסדות באבוב 45 פארגעקומען אין שטאט מאנסי
זונטאג פ' דברים • כ''ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בלום דעם דינסטאג אויפדערנאכט איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א אנגעקומען קיין מאנסי וואו דער רבי שליט"א האט באשיינט די יערליכע דינער "קשר אחד" לטובת איחוד מוסדות באבוב-45 אין בארא פארק. די מסיבה ווערט פארופן דורך הנגיד ר' יחזקי' שאהנבערגער הי"ו וואס פלעגט יאר יערליך צושטעלן די מסיבה אין זיין שטוב און צוליב די ריבוי עם איז די מסיבה אין די לעצטערע יארן אריבערגעפירט געווארן צו א זאל. די היי יעריגע דינער איז פא


יחליפו כח: האד' מטשערנאוויץ אויף אפרוה צווישן די קאנטרי בערג
דאנערשטאג פ' מטות מסעי • כ''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער, JDN


אבל גדול: לעגענדארע בעל קורא בחצה"ק גור הרה"ח ר' יודל טויב ז"ל פלוצלימג נפטר געווארן אין ביהמ"ד הגדול גור
דאנערשטאג פ' מטות מסעי • כ''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש ברוך דיין האמת: גערער חסידים די בכל אתר ואתר זענען געכאפט געווארן אין שאק הערנדיג די בשורה קשה איבער די פלוצימדיגע פטירה פון הרה"ח רבי יודל טאוב ז"ל, לעגענדארע בעל קורא בחצר הקודש גור, וואס איז היינט פלוצלינג נפטר געווארן, נאכ'ן צוזאמפאלן אינעם גרויסן בית המדרש דחסידי גור אין ירושלים. טראץ מערערע פרואוון האבן די הצלה ליידער געמוזט באשטעטיגן זיין פטירה, זייענדיג אלט בלויז 76 יאר. רבי יודל זצ"ל איז געווען פון די חשובי בני


פרייד צום התייסדות פון נייעם "בית דין צדק דקהל יטב לב דסאטמאר-ברוקלין" לדון ולהורות בדיני ממונות, גיטין וחליצה
דאנערשטאג פ' מטות מסעי • כ''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי סאטמאר אומעטום האבן מיט גרויס שמחה אויפגענומען די בשורה איבער'ן התייסדות פונעם נייעם "בד"ץ דקהל יטב לב דסאטמאר" אין ברוקלין, וועלכער איז נתייסד געווארן בברכת ובהדרכת כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, מיטן ציל צו צושטעלן פאר'ן ציבור א צוגענגליכן בית דין פאר דיני ממונות, דיני אבן העזר, גיטין וחליצה. דער נייעם בד"ץ איז נתייסד געווארן אויף דער איניציאטיוו פון קהל יטב לב דסאטמאר אין וויליאמסבורג, צוזאמען מיט די הנהלת בית הוראה


רחים ומוקיר רבנן: נפטר געווארן באקאנטער תומך תורה ומקורב לגדולי ישראל הרבני החסיד ר' שמואל יהודה קאהן ז"ל
מיטוואך פ' מטות מסעי • כ''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש פילע חסידים ואנשי מעשה האבן נעכטן דינסטאג באגלייט למנוחות הרבני החסיד הנגיד ר' שמואל יהודה קאהן ז"ל פון בני ברק, מלפנים פון אוסטראליע, וועלכער איז נפטר געווארן בשיבה טובה אין דעם טיפן עלטער פון 94 יאר, נישט איבערלאזנדיג נאך זיך קיין דורות ל"ע. ר' שמואל יהודה'ס גאנצע לעבן איז געווען איין שטיק התקשרות צו צדיקים און גדולי ישראל, אנגעהויבן נאך פון די שווערע קריגס-יארן אין בודאפעסט, ווען ער האט זוכה געווען צו וואוינען בשכנות או


הגאון רבי אהרן דוד דוננער ראב"ד לאנדאן באזוכט ביי האד' מפשעווארסק נאכן מסדר זיין חליצה אין שטאט
מיטוואך פ' מטות מסעי • כ''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש א שיינער און ידידות'דיגער באזוך איז נעכטן פארגעקומען בבמעון קדשו פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א אין אנטווערפען, ווען הגאון הגדול רבי אהרן דוד דוננער שליט"א, ראב"ד לאנדאן, איז אריינגעקומען אויף א באזוך צום רבי'ן וויילנדיג אויף א קורצע באזוך אין שטאט. דער ראש בית דין איז אנגעקומען קיין אנטווערפן אויף דער ספעציעלער איינלאדענונג פונעם בד"ץ "מחזיקי הדת", כדי צו מסדר זיין א חליצה פאר א פרוי פון פראנקרייך וואס האט ליידער פארלוי


יזכור אהבתו: הילולא קדישא פון האדמו"ר בעל חכמת אליעזר מסערט וויזניץ זצ"ל בצל בנו האד' מסערט וויזניץ
מיטוואך פ' מטות מסעי • כ''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוסי לוי ברגשי קודש האבן חסידי סערט וויזניץ אפגעצייכנט דעם זונטאג כ' תמוז די עלפטע יומא דהילולא קדישא פונעם באליבטער און אומפארגעסליכער רועה נאמן כ"ק אדמו"ר בעל חכמת אליעזר מסערט וויזניץ זצ"ל, בצל הקודש פון בנו יחידו ממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א. דאס יאר ווען די הילולא קדישא איז אויסגעפאלן במוצאי יום מנוחה, האט זיך אנגעזען א גרעסערע ציבור חסידים וואס זענען געקומען צופארן צום ש


הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א מסקווירא וועט אפרעכטן לענגערע ביקור חיזוק בקרב חסידי סקווירא אין בני ברק
דינסטאג פ' מטות מסעי • כ''ב תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס התרגשות גרייטן זיך חסידי סקווירא תושבי בני ברק, צום געהויבענעם שבת און די ארומיגע טעג בצלו פון הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א בנו חביבו פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכער נעמט אונטער א ספעציעלע נסיעה קיין ארץ הקודש במיוחד מחזק צו זיין די סקווירא קהילה אין בני ברק און פראווען א געהויבענעם שבת מיט די חסידים מחוץ לעיר. די סקווערער קהלה אין בני ברק איז נודעת לשם ולתהלה אלס א קהילה נאה וחסידה, וואס פארמאגט א שיינ


מחיל אל חיל: בוי ארבעט ביים נייעם בנין הקהילה ומוסדות סאטמאר אין ירושלים זעצט פאר אומאויפהערליך
דינסטאג פ' מטות מסעי • כ''ב תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די טעג האט די סאטמארערע קהילה אין ירושלים עיה"ק אפגעצייכענט גאנצע דריי יאר פון ווען די ערשטע טראקטאר האט זיך באוויזן אויפ'ן שטח הבני' אויף די יונה - הושע - גאס און ברוך ה' אז פון יענער טאג און ווייטער גאלאפירט די בוי ארבעט מחיל אל חיל ווייטער און ווייטער אן אויפהער. מיט שטורמישע געפילן האט מען צוגעקוקט צו די מחזה הוד וואו די געביידע הייבט זיך אויף העכער די ערד פלאך. דער צעמענט פון גאנצע פינף שטאק איז געגאסן און מען גרי


צוויי יוגנטליכע פארמישט אין זילבערווארג רויבעריי בחצר הקודש טשערנאביל, ארעסטירט
דינסטאג פ' מטות מסעי • כ''ב תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די אנגייענדע אויספארשונג ארום די רויבעריי אין וועלכן די זילבערנע כלי קודש פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א זענען נעלם געווארן מיט צוויי וואכן צוריק, קומט אריין די נייעס אז די פאליציי האט נעכטן ארעסטירט צוויי יוגנטליכע, אלט 14 און 16 יאר, מיטן חשד אז זיי זענען געווען פארמישט אין דער גניבה. נאך צוויי וואכן וואס די עסקנים זענען געווען אין פארבינדונג מיט די לאקאלע פאליציי באאמטע, האט מען באוויזן צו לייגן א האנט אויף די פאר


הרב ישראל מנחם נחום רוקח שליט"א נכד האד' מבעלזא באזוכט בקרב חסידי בעלזא אין מאנסי
מאנטאג פ' מטות מסעי • כ''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN הונדערטער חסידי בעלזא אין מאנסי האבן פארגאנגענע וואך מקבל פנים געווען די חשובער אורח פון ארץ הקודש — הרה"ג רבי ישראל מנחם נחום רוקח שליט"א, נכד כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וועלכער איז אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט. הרב ישראל מנחם נחום וועלכע דינט אלס דער מוליך ומביא פון די בעלזער קהילה ומוסדות אין מאנסי ביים זיידן כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, איז אנגעקומען צוגאסט אין שטאט לכבוד א חתונה און גלייכצייטיג אויסגענ


שמחת בית קארלין סטאלין וואס האט געזאלט פארקומען אין אנטווערפן וועט פארקומען אין ארה"ק צוליב גיוס-פלאנטער
מאנטאג פ' מטות מסעי • כ''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי קארלין-סטאלין זענען איבערראשנד נתבשר געווארן איבער א שינוי מקום פון די בעפארשטייענדע חתונה הגדולה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, וואס האט געזאלט פארקומען אין אנטווערפן, און וועט אנשטאט פארקומען אין ארץ ישראל, אין ביהמ"ד הגדול קארלין אין גבעת זאב צוליב דעם וואס דער חתן קען נישט ארויספארן פון ארץ ישראל צוליב'ן שווערן גזירת הגיוס. דער חתן איז אן אייניקל פונעם רבי'ן שליט"א, זון פון זיין איידעם א זון


הקמת המצבה על קברה פון עלטערע שוועסטער פון האד' מגור געשטעלט נאך הונדערט יאר
מאנטאג פ' מטות מסעי • כ''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש א זעלטענער און רירנדער מעמד הקמת המצבה איז פארגעקומען אין די לעצטע טעג אויפ'ן גרויסן בית החיים אין שטאט ווארשא, ווען מען האט אויפגעשטעלט א מצבה על קברה פון דער טאכטער פון הרה"ק בעל "לב שמחה" מגור זי"ע, א שוועסטער פון יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א. דער מעמד איז אפגעהאלטן געווארן ארום דעם הונדערסטן יארצייט פון איר פטירה, וואס איז אויסגעפאלן פאריגע וואך. מיט א שטיק צייט צוריק, ווען כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א שליט"א האט עוסק געוו


מוצאי י"ז בתמוז: גרויסן ציבור ביי סעודת הילולא פון פון כ"ק אדמו"ר מנאראל זצ"ל אין בני ברק
מאנטאג פ' מטות מסעי • כ''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם דאנערשטאג נאכט אור ליום י"ח תמוז איז אויסגעפאלן די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מנאראל זצ"ל משרידי דור הישן ומעתיקי השמועה וואס איז נסתלק געווארן מוצאי שבעה עשר בתמוז אין יאר תשס"ז, א גרויסן יארצייט סעודה איז אפגעראכטן געווארן אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין שכונת זכרון מאיר אין בני ברק בראשות בנו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מנאראל שליט"א. דער פני המזרח איז באשיינט געווארן דורך פילצאליגע רבנים חשובים און אנשים מכובדים. באלד


יערליכע סדר לימוד און מעמד 'אגרא דתעניתא' ביום שבעה עשר בתמוז בחצר סקולען לעיקוואד
זונטאג פ' מטות מסעי • כ' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש א מחזה הוד האט זיך אפגעשפילט דעם פארלאפענעם צום שבעה עשר בתמוז אינעם עיר התורה וחסידות לעיקוואוד, וואו הונדערטער חסיד'ישע בחורים האבן אויסגענוצט דעם טאג מיט לימוד שעות רצופות, מיטהאלטנדיג דעם סדר לימוד רבתי "אגרא דתעניתא" בראשות כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואד שליט"א. דער סדר הלימוד איז אפגעהאלטן געווארן אין אלע דריי בתי מדרשים דקהל אברכים אין לעיקוואד, אנגעהויבן אין די נאכמיטאג שעה'ן, ווען עס האט זיך פארמירט א מאסנווייזע שטראם פ


תעלץ קריה: פרייליכע חתונה פון נכד האד' מצאנז זוועהיל פארגעקומען אין קרית צאנז נתני'
זונטאג פ' מטות מעסי • כ' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין א פרייליכע און געהויבענע שמחה איז פארלאפענעם וואך פארגעקומען אין קרית מלך רב קרית צאנז נתניה, ביים שמחת החתונה במעונו פון כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א, חתנא דבי נשיאה פון הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע. די גרויסארטיגע שמחה איז פארגעקומען אין די גרויסע היכל ראזענבערג אין קרית צאנז, במקהלות הונדערטער חסידי צאנז וואס האבן זיך מיטגעפרייט אינאיינעם בשמחת בית צדיקים, ווען בראש המסובים האט


שיינעם באזוך פון האד' מוויזניץ לאנדאן אין נייע קרית סקווירא אין בעטהעל ניו יארק
זונטאג פ' מטות מעסי • כ' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א וועלכער האט פאריגן שבת פ' חקת בלק געוויילט אין קרית וויזניץ קייאמישא איז מוצאי שבת אריינגעפארן צום ניי-געגרינדעטן ישוב "קרית סקווירא" אין בעטהעל וואס געפונט זיך בשכינות, צו זען פונדערנאנט דעם נייעם שטעטל וואס איז אוועקגעשטעלט געווארן דורך זיין גרויסן פעטער, כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און איז שוין באזעצט מיט צענדליגע משפחות חסידי סקווירא. ביים אריינפארן אינעם נייעם ישוב, הא


האד' מבאבוב־45 באזוכט אין די מוסדות החינוך איידערן ארויספארן אין די קאנטרי | בילדער גאלעריע
דאנערשטאג פ' פינחס • י"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק י אין די לעצטע טעג האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב־45 שליט"א באזוכט די מוסדות החינוך דחסידי באבוב 45, וואו דער רבי האט איבערגעגעבן פייערדיגע שיחות חיזוק און דברי פרידה פאר די תלמידים לקראת זייער ארויספארן צום קאנטרי אויף די זומער־חדשים. צוערשט האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברי חיזוק פאר די תלמידי המתיבתא, איידער זיי זענען ארויסגעפארן צום מחנה מתיבתא אין פארקסוויל אויף די זומער וואכן. דער רבי האט זיי מחזק געווען


bottom of page
