top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רחים ומוקיר רבנן: נפטר געווארן באקאנטער תומך תורה ומקורב לגדולי ישראל הרבני החסיד ר' שמואל יהודה קאהן ז"ל

  • לפני 13 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' מטות מסעי • כ''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

פילע חסידים ואנשי מעשה האבן נעכטן דינסטאג באגלייט למנוחות הרבני החסיד הנגיד ר' שמואל יהודה קאהן ז"ל פון בני ברק, מלפנים פון אוסטראליע, וועלכער איז נפטר געווארן בשיבה טובה אין דעם טיפן עלטער פון 94 יאר, נישט איבערלאזנדיג נאך זיך קיין דורות ל"ע.


ר' שמואל יהודה'ס גאנצע לעבן איז געווען איין שטיק התקשרות צו צדיקים און גדולי ישראל, אנגעהויבן נאך פון די שווערע קריגס-יארן אין בודאפעסט, ווען ער האט זוכה געווען צו וואוינען בשכנות און זיין מקורב צו הרה"ק מבעלזא זי"ע, און שפעטער אין אמעריקע ווען ער האט זיך מסתופף געווען בצילו פון הרה"ק דער ריי"ץ מליובאוויטש זצ"ל.


ער איז געווען א באקאנטע און חשוב'ע פיגור אין פילע חסידישע קרייזן, סיי אין בעלזא און אין אסאך קהילות קדושות, און האט פארמאגט א נאנטן קשר מיט פילע גדולי ישראל זכר צדיקים לברכה ויבדלו לחיים טובים; צווישן זיי הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי''ע, הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי''ע, און נאך פיל.


א באזונדערע קשר האט ער פארמאגט מיט כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי יצחק מבוהוש זי"ע, צו וועם ער איז געווען איבערגעגעבן בכל נימי נפשו. ער איז געווען פון די גרעסטע שטיצער פונעם בוהושער הויף און זיך אפגעגעבן מיט דעם רבינס עניני רפואה, דער רבי זצ"ל האט אים טאקע פארשפראכן אז ער וועט אים מכיר טובה זיין בעולם העליון. אין זיין צוואה האט ר' שמואל יהודה געבעטן מען זאל גיין מודיע זיין אויפן ציון פון דעם בוהושער רבי'ן זצ"ל איבער זיין פטירה, און אז די לוויה זאל דורכגיין דעם בית עלמין נחלת יצחק ביים מקום מנוחתו פונעם רבי'ן זצ''ל.


ר' שמואל יהודה איז געווען א גרויסער בעל צדקה וואס האט פארטיילט גאר גרויסע סכומים פאר תלמידי חכמים, יתומים און אלמנות מיט א ברייטער הארץ. באזונדער האט ער געבויט פילע בתי מדרשים מקוואות, און מוסדות התורה, אין במיוחד האט ער געהאט א גרויס חלק אין דעם בנין ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא וואו ער האט בשעתו מנדב געווען פאנטאסטישע סומעס.


די לוויה איז ארויס פון זיין שטוב אין בני ברק, וואו עס האבן זיך באטייליגט האדמו"רים מטשערנאביל, מאכנובקא בעלזא, בוהוש, קאזמיר, און נאך פילע רבנים חשובים, די מטה איז דורכגעגאנגען פארנט פון בית המדרש חוג חתם סופר אין שכונת זכרון מאיר, און איז דערנאך אנגעקומען צום בית המדרש בוהוש וואו עס האבן אפגעווארט די תלמידי הישיבות און א גרויסער עולם חסידים. עס האט דארט מספיד געווען הגאון רבי לייבוש טוביאס שליט''א, רב חסידי בוהוש, און דער בוהושער רבי שליט"א האט געזאגט קדיש לפני מיטתו. דערנאך איז ער געפירט געווארן צום בית החיים סגולה אין פתח תקוה וואו ער איז געקומען לקבורה.

bottom of page