top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אומאן בירושלים: הערליכע יום טוב ראש השנה פאראיבער בחצר הקודש תורת חכם

לפני 54 דקות
זמן קריאה 3 דקות

מיטוואך שבוע שחל בו סוכות • י''ב תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN

מאסן חסידים און געסט האבן מיטגעהאלטן דעם יום טוב ראש השנה אין עיר הקודש ירושלים בצילא קדישא פון הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגענשטערן שליט"א האדמו"ר מתורת חכם, אריינגערעכנט פילע געסט וועלכע זענען געקומען צופארן מכל פינות ומחנות.


ערב ראש השנה איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אויף א תפילה ביים כותל המערבי בראש קהל חסידיו, וואו מען האט אויסגעזאגט דעם תיקון הכללי. דערנאך איז מען געגאנגען צום קבר דוד המלך, וואו מען האט נאכאמאל אויסגעזאגט תיקון הכללי ביז נאנט צום זמן הדלקת נרות.


היי יאר האט מען ווידער ארויסגעדינגען דעם גרויסן היכל אין קרית יואל משה אין ירושלים פאר די תפילות במשך יום טוב, און צוליב די ריבוי עם האט מען צוגעלייגט נאך צוויי גאלעריעס, איינס פאר די מענער און איינס פאר די נשים, מיט גענוג פלאץ פאר די קרוב צו 1,500 אידן וועלכע האבן מיטגעהאלטן דעם יערליכן קיבוץ ראש השנה.


 צו מנחה ערב יום טוב איז דער רבי אריינגעקומען געציילטע רגעים פאר'ן זמן רבינו תם, און געדינט אלס שליח ציבור כדרכו צוצוגיין צו אלע תפילות במשך דעם יאר. נאך מנחה, וואס האט געדויערט קרוב צו א שעה, איז דער רבי ארויס אויף א קורצע הפסקה. דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען צום מעריב, וואס האט געדויערט נאנט צו צוויי שעה. נאך מעריב איז מען אריבערגעגאנגען זאגן לשנה טובה, און עס איז געווען צוגעשטעלט די סעודת יום טוב בהרחבה פאר אלע געסט אין די בית ישראל זאל נישט ווייט פונעם היכל.


דער ערשטער טאג יום טוב איז דער רבי אריינגעקומען צו שחרית אום 8:30, א געוואלדיגע התעוררות האט געהערשט ווען דער רבי האט אויסגעשריגן "המלך" מיט אויסטערלישע בכיות כבן המתחטא לפני אביו. צו די שטילע שמונה עשרה האט מען זיך געשטעלט ביים זמן תפילה, און ס'האט געדויערט קרוב צו צוויי שעה. נאכן עולה זיין מפטיר איז דער רבי ארויס אויף א הפסקה, און דערנאך אריינגעקומען אין בית המדרש, וואו דער רבי האט א לענגערע וויילע מכוון געווען אלע כוונות אין די תקיעות, היות דעם ערשטן טאג יום טוב ראש השנה איז אויסגעפאלן אין שבת. דערנאך האט דער רבי פארגעלערנט פונעם ספר הרש"ש, און אויסגערופן די תקיעות מיט די אלע הייליגע כוונות וואס האט געדויערט ארום א שעה צייט, ווען בין גברא לגברא האט מען געזונגען ווארימע ניגונים ביז צו די תפילת המוספים.


אין דער זעלבער צייט, די ספרי תורה אויפן בעלעמער זענען געווען צוגעדעקט מיט א טלית פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, וואס איינע פון די נגידים האט געברענגט צום רבי'ן אויף יום טוב. דער רבי שליט"א האט ברוב ענוותנתו נישט געוואלט אנטון דעם טלית, נאר געהייסן צודעקן דערמיט די ספרי תורה. עס איז שוין געווען נאך די שקיעה ווען מען האט פארענדיגט מוסף, און דער עולם איז זיך צוגעגאנגען עסן די סעודת יום טוב.


שפעטער, בשעת תפילת מנחה, צווישן די שטילע און די הויכע שמונה עשרה, האט זיך דער רבי געוואשן צו שלש סעודות. נאך מנחה האט מען מקיים געווען דעם מנהג פון תשליך, ווי דער רבי האט פארגעזאגט די פסוקים מיט גרויס התעוררות. עס איז שוין געווען נאך 11:00 ביינאכט, און ווען ער האט זיך געשטעלט דאווענען מעריב, און דער רבי שליט"א איז אהיימגעגאנגען עסן די סעודה, ווען פאר'ן גאנצן עולם איז געווען צוגעשטעלט די סעודה אין די בית ישראל זאל.


 דער צווייטער טאג בעפאר תקיעת שופר איז דער רבי געווען סנדק ביי צוויי ברית'ן, און דערנאך געדינט אלס בעל מקרא. א געוואלדיגע התעוררות האט געהערשט ווען דער רבי האט אויסגעשריגן די ערשטע תקיעה מיט גרויס בכיות, וואס האט געווארפן א פחד אויף דעם גאנצן עולם. די ערשטע דרייסיג תקיעות האבן געדויערט ארום אנדערהאלבן שעה, און דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט הנני העני בקול בוכים. ס'איז שוין געווען נאך די שקיעה ווען מען האט געבלאזן די לעצטע תקיעות ביי קדש תתקבל, וואס האט אויך געדויערט קרוב צו צען מינוט, היות דער רבי האט געהייסן עטליכע מאל איבערבלאזן די תקיעות.


מנחה דעם צווייטן טאג האט געדויערט כמעט צוויי שעה, און באלד דערויף האט מען אנגעהויבן מעריב, וואס האט זיך ווייטער פארצויגן א לענגערע וויילע. דערנאך איז דער רבי ארויס אויף א הפסקה און דאן אריינגעקומען צום היכל צו הבדלה ברוב עם.


נאך הבדלה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ, באגלייט מיט כלי זמר, וואו דער רבי איז געווען שטארק פארדביקות און מעודד געווען די ניגונים, ספעציעל ביים זינגען דעם ניגון אחד שהוא שנים, אומאן בירושלים. דערנאך האט דער רבי מכבד געווען איינער פון די נכבדי העדה אויפצוטרעטן מיט קורצע דיבורים, און מען האט געהערט די דברות קודש פונעם רבי'ן, וועלכער האט מאריך געווען איבער די זכיה צו זיין ראש השנה ביים קיבוץ אין ירושלים, ווי עס איז מקובל פון אלטע פארצייטישע ברסלב'ער חסידים. דער רבי האט מסיים געווען מיט א ברכת הקודש פאר אלע חסידים און געסט, און זיך אויפגעשטעלט אויף א געהויבענע ריקוד של שמחה וואס האט זיך פארצויגן ביז אין די שפעטע נאכט שעות.



תגובות


bottom of page