top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויס התעוררות ביי לעלובער חסידים אפצייכענענדיג הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב זצוק"ל בעיצומו של יום הקדוש

לפני 45 דקות
זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך שבוע שחל בו סוכות • י''ב תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יעקב לעדערמאן,JDN

לעלובער חסידים איבער דער גארער וועלט האבן אין די טעג ארום יום הקדוש אפגעצייכנט די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק רבי שמעון נתן נטע מלעלוב זצוק"ל, וועלכער איז נסתלק געווארן בעצם יום הכיפורים שנת תש"ע, וואו מען האט מען מעלה געווען זכרונו הבהיר און געבעטן אז זיין זכות זאל מגין זיין להכתב ולהחתם בספרן של צדיקים.


דער עלי' לציון איז פארגעקומען דאנערשטאג שלש עשרה מידות, וואס איז באשטימט געווארן דורך דער פוסק הדור הגאון האדיר בעל שבט הלוי זצ"ל אלס דער יום עלי' לציון, זייענדיג א מסוגל'דיגע טאג. אין די נאכמיטאג שעהן איז בנו כ''ק אדמו"ר מלעלוב שליט''א אנגעקומען צום ציון אין באגלייטונג פון הונדערטער חסידים, מ'האט אויסגעזאגט ספר רביעי שבתהילים און דערנאך האט די לאגענדארער משמש בקודש בחצר הקודש לעלוב הרב שמחה קרקובסקי געזאגט די מי שברך פונעם הייליגן תוספות יום טוב פאר די וועלכע זענען נזהר נישט צו רעדן ביים דאווענען, וואו דער באקאנטער סגולה אין לעלוב זיך אונטערצונעמען דעם קבלה טובה נישט צו רעדן ביים דאווענען, אויפן ציון הק' פונעם בעל ההילולא וואס פלעגט בחיים חיותו כסדר מעורר זיין וועגן דעם ענין.


דערנאך האט די רבי געזאגט די קדיש אינאיינעם מיטן ברודער האדמו"ר הרה"צ רבי יעקב יצחק בידרמאן שליט"א מלעלוב ירושלים און די גאנצע ציבור איז דורך ביים רבי'ן מיט קוויטלעך להפקד בדבר ישועה ורחמים.


ערב יום הקודש אינדערפרי נאכן דאווענען האט דער רבי שליט"א פארטיילט האניג לעקח פאר די חסידים כמנהג אביו דער בעל ההילולא און דערנאך גענומען קוויטלעך פון די חסידים.


דורכאויס יום הקדוש בעצם יומא דהילולא האט די רבי שליט"א געזאגט די קדישים און געדאוונט פארן עמוד מעריב מוסף און נעילה, ליל יום הקדוש נאכן דאווענען האט דעם רבינ'ס עלטסטע זון הרה"צ רבי יואל זושא בידערמאן שליט"א רב דחסידי לעלוב פארגעלערנט א שיעור אין משניות מסכתא יומא לעילוי נשמתו הטהורה און די רבי האט געזאגט די קדיש דרבנן, אויך האט הרה"ג ר' חיים אלעזר גוטמאן שליט"א מורה צדק אין די קהילה פארגעלערנט א טיפזיניגער שיעור עיון אינעם ספר הר בשן אויפן רמב"ם, וואס איז נתחבר געווארן דורך דעם בעל ההילולא.


מוצאי יום הקדוש האט די רבי שליט"א אפגעראכטן די שולחן הטהור לכבוד היום אינאיינעם מיטן סעודת הילולא אינעם גרויסן שאטער ביים לעלובער ביהמ"ד אין בית שמש. דער טיש היי יאר איז געווען באגלייט מיט כלי זמר, אין א פרייליכע אטמאספער, ויום טוב היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש.


במשך דעם טיש האט מען געהערט עובדות וסיפורים פון די משמשים בקודש הרב שמחה קרקובסקי, און הרב שלמה זלמנוביץ, וועלכער איז אנוועזנד געווען בשעת יציאת נשמה יענעם יום הקדוש ביינאכט. אינצווישן האט דער רבי שליט"א מוסיף געווען זכרונות מדיליה, וואס דער ציבור האט געשלינגען מיט דורשט.


עס איז שוין געווען אין א שפעטע שעה ווען דער רבי שליט"א האט מכבד געווען אחיו האדמו"ר הרה"צ רבי יעקב יצחק בידרמאן שליט"א מלעלוב ירושלים צו בענטשן ברכת המזון על הכוס און דער גאנצע ציבור איז דורך וואונטשן לחיים און זיך געזעגענען לחיים ולשלום.



תגובות


bottom of page