top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הגאון רבי אהרן דוד דוננער ראב"ד לאנדאן באזוכט ביי האד' מפשעווארסק נאכן מסדר זיין חליצה אין שטאט

  • לפני 7 ימים
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' מטות מסעי • כ''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

א שיינער און ידידות'דיגער באזוך איז נעכטן פארגעקומען בבמעון קדשו פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א אין אנטווערפען, ווען הגאון הגדול רבי אהרן דוד דוננער שליט"א, ראב"ד לאנדאן, איז אריינגעקומען אויף א באזוך צום רבי'ן וויילנדיג אויף א קורצע באזוך אין שטאט.


דער ראש בית דין איז אנגעקומען קיין אנטווערפן אויף דער ספעציעלער איינלאדענונג פונעם בד"ץ "מחזיקי הדת", כדי צו מסדר זיין א חליצה פאר א פרוי פון פראנקרייך וואס האט ליידער פארלוירן איר מאן און נישט איבערגעלאזט קיין זרע של קיימא.


ביים באזוך האט דער רבי שליט"א זיך אינטערעסירט אין די פרטי פרטים פון די נעכטיגע חליצה, און מען אויסגעשמועסט די הלכות בפרטות, און די סדר הדברים פון א חליצה ווי אזוי מ'פירט זיך אויף טריט און שריט היינטיגע צייטן.


דער שמועס האט זיך ווייטער פארצויגן איבער פארשידענע תורה'דיגע ענינים, צווישן זיי די שווערע סוגיות אין מסכת חולין, און נאך פארשידענע הלכה'דיגע נושאים.


צום שלוס פונעם באזוך האט דער רבי שליט"א אנגעוואונטשן דעם דיין הצלחה אין זיין ווייטערדיגער הרבצת התורה און עבודת הקודש, און אים ארויסבאגלייט מיט גרויס כבוד און הערצה.



תגובות


bottom of page