top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תעלץ קריה: פרייליכע חתונה פון נכד האד' מצאנז זוועהיל פארגעקומען אין קרית צאנז נתני'

  • לפני 17 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' מטות מעסי • כ' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין

א פרייליכע און געהויבענע שמחה איז פארלאפענעם וואך פארגעקומען אין קרית מלך רב קרית צאנז נתניה, ביים שמחת החתונה במעונו פון כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א, חתנא דבי נשיאה פון הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע.


די גרויסארטיגע שמחה איז פארגעקומען אין די גרויסע היכל ראזענבערג אין קרית צאנז, במקהלות הונדערטער חסידי צאנז וואס האבן זיך מיטגעפרייט אינאיינעם בשמחת בית צדיקים, ווען בראש המסובים האט זיך באטייליגט דער געהויבענער עלטער-פעטער כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, אזוי אויך פילע חסידים ומעריצי צאנז זוועהיל וואס זענען געקומען זיך מיטפרייען אין די גרויסע שמחה.


דער מעמד קבלת פנים האט זיך אנגעהויבן מיט ווארעמע ניגוני התעוררות, און דער צאנזער רבי האט מסדר געווען די כתובה. נאכן באדעקן האט מען אנגעטון די מלבושים פארן חתן, וואו צווישן די בגדי קודש האט דער צאנזע רבי אנגעטוהן פארן חתן א וועסטל פונעם זיידן הרה"ק בעל טל חיים מאנטניא זי"ע, א גארטיל פונעם שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע, און א קאפל פונעם הייליגן שינאווער רב זי"ע.


ביים מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין דער זיידע פונעם חתן כ"ק אדמו"ר מנדבורנא חיפה שליט"א, וועלכער האט בשנים קדמוניות געדינט אלס רב אין ק"ק צאנז אין חיפה. מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן דער זיידע מצד החתן הרה"ג ר' מנחם בערגער שליט"א, מראשי ישיבת צאנז אין בני ברק. מיט די ברכות ראשונות איז מכובד געווארן דער זיידע האדמו"ר מאנטניא שליט"א, און מיט ברכה אחריתא דער זיידע האדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א, נאכדעם האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א לעבעדיגן ריקוד של שמחה.


דאן האט נאכגעפאלגט די סעודת החתונה און די ריקודים, ווען דער עולם איז דורך וואונטשן מזל טוב פאר די מחותנים און די זיידעס. שפעטער איז דער צאנזער רבי אריינגעקומען צום שמחה, וואו ער איז אויפגענומען געווארן בשירה וזמרה, און נאכן זיך וואשן צום סעודה האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מסובים, און זיך אויפגעשטעלט צו א געהויבענעם ריקוד.


מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן דער עלטער פעטער הגה"צ רבי אליעזר דוד שפירא שליט"א אבד"ק צאנז בני ברק. מיט די ברכות ראשונות דער עלטער פעטער הגה"צ גאב"ד קרית הבעש"ט פתח תקוה שליט"א, און מיט ברכה אחריתא דער פעטער הרה"צ רבי וועלוול לייפער שליט"א, בנו הגדול פון האדמו"ר מנדבורנא חיפה.


נאך די שבע ברכות האט מען געזינגען ניגוני התעוררות, און דער צאנזער רבי האט מכבד געווען צום ערשט די זיידע האדמו"ר מנדבורנא חיפה שליט"א צו טאנצן מצוה טאנץ. דערנאך האט דער רבי זעלבסט אפגעראכטן די עבודת הריקודין, און געטאנצן מיטן חתן באזונדער, און דערנאך מיטן שוואגער האדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א מיט גרויס התלהבות, ווי אויך מיט די אנדערע זיידעס האדמורים און די מחותנים.


שפעטער איז געטאנצן דער זיידע האדמו"ר מאנטניא שליט"א, וועלכער האט פארגעזינגען ניגוני קודש לבית וויזניץ פארן טאנצן. צום לעצט האט דער זיידע האדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א אפגעראכטן די ריקודי קודש מיט א געהויבענע עבודה בשלהבת אש, נאכגעפאלגט דורכן זיידן הגאון הרב מנחם בערגער שליט''א און די מחותנים. 



bottom of page