top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יזכור אהבתו: הילולא קדישא פון האדמו"ר בעל חכמת אליעזר מסערט וויזניץ זצ"ל בצל בנו האד' מסערט וויזניץ

  • 8 ביולי
  • זמן קריאה 3 דקות

מיטוואך פ' מטות מסעי • כ''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יוסי לוי

ברגשי קודש האבן חסידי סערט וויזניץ אפגעצייכנט דעם זונטאג כ' תמוז די עלפטע יומא דהילולא קדישא פונעם באליבטער און אומפארגעסליכער רועה נאמן כ"ק אדמו"ר בעל חכמת אליעזר מסערט וויזניץ זצ"ל, בצל הקודש פון בנו יחידו ממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א.


דאס יאר ווען די הילולא קדישא איז אויסגעפאלן במוצאי יום מנוחה, האט זיך אנגעזען א גרעסערע ציבור חסידים וואס זענען געקומען צופארן צום שבתא דריגלא, שבת יארצייט בצל הקודש אין קרית מלך רב רמת וויזניץ חיפה, וואו דער רבי שליט"א האט אין לויף פונעם שבת געדאוונט טייל פון די תפילות פארן עמוד און אפגעראכטן די טישן אויף א געהויבענעם פארנעם. שוין ליל שישי איז אפגעהאלטן געווארן א שיח חסידים צונויפשמועס וואו די זקני ופני העדה האבן ארויפגעברענגט זכרונות הוד קדומים, למען ידעו דור אחרון צדיק מה פעל, באזונדער איז ביום השב"ק נאכמיטאג פארגעקומען דעם מעמד דבריו חיים וקיימים וואו עס האט אויפגעטרעטן מיט דברי זכרון הגאון רבי אליעזר גראסמאן שליט"א דומ"ץ הקהילה.


מוצאי שבת ליל ההילולא איז אפגעהאלטן געווארן די יערליכע יריד וואו עס איז געווען צו באקומען אלע ספרים וואס זענען ארויסגעגעבן געווארן לאור עולם דורך קהל חסידי סערט וויזניץ, פאר גאר ביליגע פרייזן, יפוצו מעינותיך חוצה.


צום באשטימטער צייט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום עריכת השולחן הטהור, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, געמאכט די סיום הש"ס און געזאגט די קדיש, אויפן אויבן אן האבן זיך אנגעזען רבנים חשובים און פילע בנן של קדושים פון די משפחת המלוכה צאצאי הרה"ק בעל מקור ברוך מסערט וויזניץ זי"ע.


ביי די דברות קודש האט דער רבי מעורר געווען די חסידים זיך מדבק צו זיין בדרכיו הטהורות ספעציעל אין עמוד התורה, שמירת הדיבור און שמירת הזמנים, און מסיים געווען מיט ברכות קדשו לכל הקהל הקודש בזכותו של אותו צדיק, צום שלוס האט דער רבי געבענטשט ברכת המזון על הכוס.


אין לויף פון די נאכט און צומארגנס בעיצומו של יום, האט דער רבי שליט"א אויפגענומען דעם ציבור מיט קוויטלעך להיזכר לטובה בהאי יומא רבה, דער רבי האט פארגעדאוונט די תפילות פארן עמוד ברוב עם, און נאך שחרית האט דער רבי אפגעראכטן א מסיבת לחיים אינעם קוויטל שטוב, וואו דער רבי האט ארומגערעט מיט כיסופין איבער דעם קדושת המקום וואו דער רבי זצ"ל און זיין פאטער דער מקור ברוך האבן אזויפיל יארן משפיע געווען פאר אידישע קינדער, און געפויעלט ישועות ורפואות, דער רבי האט מרחיב געווען איבער דעם טאטנס געוואלדיגע אהבת ישראל, פקחות, זיין געטריישאפט צו זיין פאטער דער מקור ברוך, און איבער די חינוך וואס ער האט אריינגעבאקן אין די דורות הבאים.


נאכמיטאג איז דער רבי ארויסגעפארן צום ציון הקדוש אויפן בית החיים אין בני ברק אין באגלייטונג פון הונדערטער חסידים פון אלע שטעט, דער רבי האט געזאגט די מענה לשון תפילה כנהוג, מען האט געזאגט ספר רביעי שבתהילים נאכגעפאלגט מיט די יהי רצון און קדיש, און דער רבי האט זיך משתטח געווען א תפילה חרישית און אריינגעלייגט די קוויטלעך אינעם ציון הק'. דערנאך האט דער משמש בקודש ר' נפתלי קליין הי"ו געזאגט קל מלא רחמים, און דער רבי איז צוגעגאנגען צו די ציונים הק' פון די זיידע'ס דער אהבת ישראל און דער מקור ברוך, און דערנאך ארויס פונעם אוהל און צוגעגאנגען צום ציון פון אמו הרבנית ע"ה, און צום ציון פון די באבע די רעבעצין אשת חבר הרה"ק בעל מקור ברוך מסערט וויזניץ.


באזונדער האט דער רבי מתפלל געווען ביים ציון פונעם פעטער הגה"צ ר' אלי' שטערנבוך זצ"ל ראב"ד אנטווערפן אינעם אוהל הק' לכבוד די יארצייט וואס פאלט אויס היינט אויפדערנאכט כ"א תמוז.



תגובות


bottom of page