top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פרייד צום התייסדות פון נייעם "בית דין צדק דקהל יטב לב דסאטמאר-ברוקלין" לדון ולהורות בדיני ממונות, גיטין וחליצה

  • לפני יום אחד (1)
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' מטות מסעי • כ''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

חסידי סאטמאר אומעטום האבן מיט גרויס שמחה אויפגענומען די בשורה איבער'ן התייסדות פונעם נייעם "בד"ץ דקהל יטב לב דסאטמאר" אין ברוקלין, וועלכער איז נתייסד געווארן בברכת ובהדרכת כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, מיטן ציל צו צושטעלן פאר'ן ציבור א צוגענגליכן בית דין פאר דיני ממונות, דיני אבן העזר, גיטין וחליצה.


דער נייעם בד"ץ איז נתייסד געווארן אויף דער איניציאטיוו פון קהל יטב לב דסאטמאר אין וויליאמסבורג, צוזאמען מיט די הנהלת בית הוראה, נאכדעם וואס במשך די יארן איז שטארק געוואקסן דער פארלאנג פון דעם ציבור צו האבן א באזונדערן בית דין מיט דיינים מומחים פאר דיני תורה און שאלות אין חושן משפט און אבן העזר.


אלס אב"ד פונעם נייעם בד"ץ איז נתמנה געווארן הרה"ג המפורסם רבי אשר חיים ווייזער שליט"א, פון די פיליעריגע רבני הכולל ובד"ץ טארטיקוב, וראב"ד בד"ץ דבר המשפט, וועלכער וועט שטיין בראש פון דעם נייעם בית דין.


פארלאפענע וואך איז אפגעהאלטן געווארן בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יואל דער מעמד ההתייסדות, בהשתתפות בנו הגדול הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, דער עומד בראש הבד"ץ הגאון רבי אשר חיים ווייזער שליט"א, און די חברי הנהלת בית הוראה. במשך דעם מעמד האט דער רבי שליט"א אויסגעשמועסט די יסודות און הנהגות פונעם נייעם בית דין, אז אלעס זאל געפירט ווערן אויפ'ן העכסטן סטאנדארט, לויט די הנהגות פונעם בד"ץ אין קרית יואל.


דער רבי שליט"א האט ווארעם געוואונטשן די חברי ההנהלה מיט הצלחה אין זייער עבודת הקודש, און ארויסגעברענגט די גרויסע חשיבות פון פארברייטערן דעם כח התורה וההוראה לטובת דעם ציבור.


די בשורה האט ארויסגערופן גרויס פרייד צווישן חסידי סאטמאר און תושבי ברוקלין, און אין די נאנטע טעג וועלן נתפרסם ווערן די פולע פרטים איבער'ן נייעם בד"ץ און די דיינים מומחים וועלכע וועלן שטיין גרייט לדון ולהורות פאר'ן ציבור.



תגובות


bottom of page