top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מבאבוב־45 באזוכט אין די מוסדות החינוך איידערן ארויספארן אין די קאנטרי | בילדער גאלעריע

  • 2 ביולי
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' פינחס • י"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק י

אין די לעצטע טעג האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב־45 שליט"א באזוכט די מוסדות החינוך דחסידי באבוב 45, וואו דער רבי האט איבערגעגעבן פייערדיגע שיחות חיזוק און דברי פרידה פאר די תלמידים לקראת זייער ארויספארן צום קאנטרי אויף די זומער־חדשים.


צוערשט האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברי חיזוק פאר די תלמידי המתיבתא, איידער זיי זענען ארויסגעפארן צום מחנה מתיבתא אין פארקסוויל אויף די זומער וואכן. דער רבי האט זיי מחזק געווען אויסצונוצן די צייט בלימוד התורה, יראת שמים און הנהגות טובות, און זיי באגלייט מיט ווארימע ברכות.


שפעטער האט דער רבי שליט"א באזוכט די ישיבות קטנות, וואו ער האט געהאלטן א באזונדערע שיחת פרידה, און צוגעטיילט תעודות און פרסים פאר די תלמידים וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט במשך דעם יאר אין די לימודים.


אויך האט דער רבי שליט"א פארטיילט פרסים פאר די מצטיינים פון כיתות ז' און ח' אין תלמוד תורה באבוב 45 אין בארא פארק, און זיי באלוינט פאר זייער פלייס און הצלחה אין די לימודים, באגלייט מיט ווארעמע ברכות.



תגובות


bottom of page