top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מוצאי י"ז בתמוז: גרויסן ציבור ביי סעודת הילולא פון פון כ"ק אדמו"ר מנאראל זצ"ל אין בני ברק

  • לפני 5 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' מטות מסעי • כ''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם דאנערשטאג נאכט אור ליום י"ח תמוז איז אויסגעפאלן די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מנאראל זצ"ל משרידי דור הישן ומעתיקי השמועה וואס איז נסתלק געווארן מוצאי שבעה עשר בתמוז אין יאר תשס"ז, א גרויסן יארצייט סעודה איז אפגעראכטן געווארן אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין שכונת זכרון מאיר אין בני ברק בראשות בנו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מנאראל שליט"א.


דער פני המזרח איז באשיינט געווארן דורך פילצאליגע רבנים חשובים און אנשים מכובדים. באלד נאכן זיך וואשן צום סעודה האט הגה"צ רבי אהרן שפירא אבד"ק נאראל נכד בעל ההילולא מסיים געווען א מסכת אין ראם פון דף היומי און אויפגערטעטן מיט א קורצע דרשה לכבוד היום, דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מנאראל שליט"א געטרינקען לחיים און געוואונטשן אז דער זכות פונעם בעל ההילולא זאל מגין זיין לכל מיני ישועות, און די טעג זאלן נתהפך ווערן לששון ולשמחה.


אויפצומארגנס פרייטאג איז די רבי שליט"א ארויף צום ציון הק' במרומי הר המנוחות בראש קהל חסידיו, וואו דער רבי האט פארגעזאגט די מזמורי תהילים און געזאגט קדיש. ווי אויך איז דער רבי צוגעגאנגען צום ציון הקדוש פונעם הייליגן בעלזער רב זי"ע הארט דערנעבן און דארט מתפלל געווען א תפילה קצרה לישועתן של ישראל.



תגובות


bottom of page