top of page
אויסגאבע טישל • פרשת בא
מיטוואך פ' בא • ג' שבט | בחצרות הקודש


טיהר את טבריה: האד' מתולדות אהרן רעכט אפ הייליגע שובבי"ם וואכן אין עיה"ק טבריה
מיטוואך פ' בא • ג' שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN אין די יעצטיגע וואכן וויילט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א אין עיה"ק טבריה כמנהגו יעדעס יאר אין די שובבי"ם וואכן. דער רבי טוט יאהר יערליך אפרעכטן זיין עבודת הקודש סמוך ונראה צום ציון פונעם תנא רבי מאיר בעל הנס, אין די הייליגע ימי השובבי"ם, און טוט פראווענען די געהויבענער שבתים בתוך קהל ועדה, אינאיינעם מיט די חסידים תושבי המקום און געסט פון אויסער די שטאט.


מאסן תושבי בני ברק מיטגעהאלטן געהויבענער שבת מיט כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א
דינסטאג פ' בא • ב' שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר מאסן תושבי בני ברק חסידים ואנשי מעשה פון אלע שיכטן און קרייזן האבן דעם שבת מיטגעהאלטן די דערהויבענע תפילות און שולחנות הטהורים בצל הקודש פונעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א וואס האט געפראוועט דעם פארלאפענעם שבת פרשת וארא, אויף אן ערשטמאליגן פארנעם אין עיר התורה והחסידות בני ברק. כמדי שנה בשנה אין די שובבים וואכן איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אויף א קורצן באזוך אין ארה"ק, זייענדיג א געלעגענהייט פאר אידן


שישו ושמחו: חגיגת הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד דחסידי צאנז אין שטאט לעיקוואד באשיינט דורך מנהיג העדה האד' מצאנז
דינסטאג פ' בא • ב' שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין דעם זונטאג נאכמיטאג איז פארגעקומען די חגיגת הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום בימ"ד דחסידי צאנז אין לעיקוואד אין שפיץ פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וואס איז אנגעקומען צוגאסט קיין אמעריקא ווי באריכטעט. זונטאג נאכמיטאג איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון אלמנת הרה"ח ר' משה רייך ע"ה וואו דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן לעילוי נשמתו. נאכן שרי


הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א פראוועט שב"ק פ' וארא אין ישיבה גדולה ד'סאטמאר אין קרית יואל
דינסטאג פ' בא • ב' שבט | בחצרות הקודש מיט א רגש דקדושה האבן די אריבער טויזנט בחורי חמד תלמידי סניפי הישיבה גדולה ד'סאטמאר מיטגעהאלטן א געהויבענעם שבת במחיצתו פון כבוד הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר-וויליאמסבורג שליט"א, וואס האט געפראוועט דעם שבת פרשת וארא שבת מברכים חודש שבט בהיכל המתיבתא אין קרית יואל. דער סאטמאר וויליאמסבורגער רב שליט"א איז ארויסקומען אויף שבת, כמדי שנה בשנה אין די וואכן פון שובבי"ם, בשליחות הקודש פון מר אביו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, צו פראווען איינס פון די שבתי


מעמד קבלת פנים אין עיר התורה והחסידות לעיקוואד לכבודו פון אורח הרם כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א
דינסטאג פ' בא • ב' שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין דעם זונטאג אוונט איז אפגעהאלטן געווארן דער מעמד קבלת פנים רבתי לכבודו פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, וואס האט פריער אין טאג געלאנדעט על אדמת ניו יארק אויף א לענגערע באזוך בקרב עדת צאן מרעיתו. דער מעמד איז אפגעראכטן געווארן בהיכל המתיבתא אהבת התורה אין לעיקוואד וואס איז געווען ארומגענומען מיט הויכע פארענטשעס אויף אלע דריי זייטן ארום דעם היכל, איבערגעפולט מיט הונדערטער אידן, עדת חסידי צאנז צוזאמען מיט פילצאליגע תו


האד' מדושינסקיא אויפגענומען הרה"ג ר' יעקב חנני' רייזנער שליט"א אלס דיין ומורה צדק דק"ק דושינסקיא אין עיר הקודש צפת
מאנטאג פ' בא • א' שבט | בחצרות הקודש נעכטן זונטאג ליל ראש חודש שבט, האבן חסידי דושינסקיא תושבי עיה"ק צפת זוכה געווען אויפצונעמען אן עטרה לראשם, ווען כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א וואס עינו ולבו נתונים בכל עת תדיר פאר דעם בליה און וואוקס פון די קהילה הקדושה, האט ממנה געווען אן איש על העדה ה"ה הרה"ג ר' יעקב חנני' רייזנער שליט"א לעמוד לשרת בקודש אלס רב און מורה צדק פונעם בית המדרש דחסידי דושינסקיא אין שטאט, לדון ולהורות פאר די חסידים מתפללי ביהמ"ד ובאי בית ה'. די דושינסקיא קהילה


האד' מבאיאן באגלייט בראש המלווים ביי טרויעריגע לוי' פון הב' משה לודמיר הי"ו ממצוייני ישיבת באיאן אין מודיעין עילית
מאנטאג פ' בא • א' שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN דעם ערב שבת קודש נאך חצות היום, ווען דער שטאט ירושלים האט זיך געגרייט צו שבת קודש, זענען המוני חסידי באיאן און עמך אידן זיך צונויפגעקומען ביים בית הלוויות שמגר אפצוגעבן דעם לעצטן כבוד ביי די לוויה פון הבחור החשוב משה לודמיר ז"ל, א תלמיד פון די באיאנער ישיבה אין מודיעין עילית וועלכער איז נאך פיר טעג פון אומאויפהערליכע זוכענישן אפגעפונען געווארן ליידער נישט בין החיים נאכדעם וואס ער איז פארשוועמט געווארן אינעם


לבקר בהיכלו: האד' ממונקאטש באזוכט בהיכל ישיבתו יודעי בינה מונקאטש אין מאנסי
מאנטאג פ' בא • א' שבט | בחצרות הקודש פארגאנגענע וואך איז כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א אנגעקומען אויף א קורצע באזוך אין די שטאט מאנסי, וואו די חשוב'ע תלמידים פון די מונקאטשער ישיבה אין שטאט האבן געהאט די זכי' לקבל פני קדשו און צו הערן די דברי חיזוק והדרכה וואס דער רבי שליט"א האט משמיע געווען. די מונקאטשער ישיבה "יודעי בינה" אין מאנסי שטייט אונטער די הדרכה פון הגה"צ רבי ירוחם פישל רבינאוויטש שליט"א, בנו יקירו פונעם מונקאטשער רבי'ן שליט"א, וועלכער באגלייט די ישיבה מיט א געוואלדיגן


חסידי בעלזא מאנטריאל לעבן מיט ימי אורה ביים ביקור המרומם פון הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א
מאנטאג פ' בא • א' שבט | בחצרות הקודש מיט אויסטערלישע התרוממות טוען חסידי בעלזא אין שטאט מאנטרעאל מיטלעבן די געהויבענע ימי אורה במחיצתו פונעם אורח הדגול הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אויף א ביקור קודש בשליחות הקודש פון אביו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, מחזק צו זיין די הונדערטער חסידים תושבי העיר. צום באזוך האט זיך אויך מצרף געווען בנו הרה"ג ר' אלימלך נתן נטע שליט"א, וועלכער איז שטארק אריינגעטון מיט די פעולות חובקות להצלחת הקהלה והמוסדות אין מאנטרעאל. די


חזקו ואמצו: רירנדער ביקור חיזוק דורך האד' מזוועהיל ירושלים ביי כלא 10 מחזק צו זיין דעם אסיר ציון הב' צבי הירש פערקאוויטש
זונטאג פ' בא • כ"ט טבת | בחצרות הקודש א רירנדער באזוך איז היינט זונטאג אפגעהאלטן געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מזוועהיל ירושלים שליט"א אין טורמע נומער 10 וואו ס'זיצט איינגעשפארט הבחור החשוב צבי הירש פערקאוויטש אין ליכט פונעם שרעקליכן גזירת הגיוס. דער אסיר התורה איז ממציוני תלמידי ישיבת פאנעוויזש, און האט שוין זוכה געווען לכתרה של תורה זייענדיג מסיים כל הש"ס כולה, און ליידער איז ער אריינגעשליידערט געווארן אין די פינסטערע טורמע צעל פאר'ן איינציגן זינד פון זיך מוסר נפש זיין און זיך ני


שמחת פדיון הבן אין הויפן פון טשערנאביל - ראחמיסטריווקא לינדען – נדבורנא
זונטאג פ' בא • כ"ט טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN די וואך דינסטאג העעל"ט איז אין בארא פארק פארגעקומען די שמחת פדיון הבן לבן הנולד ביי הרב משה מרדכי לייפער שליט"א, זון פון הרה"צ ר' אברהם לייפער שליט"א ראש ישיבת נדבורנא, זון פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א פון בארא פארק, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא לינדען שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין נדבורנא בית המדרש אין בארא פארק.


שמחת הברית פון נכד האד' מבאבוב 45 פארגעקומען איידער רבינס ארויספאר קיין אריזאנע
זונטאג פ' בא • כ"ט טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק י. פארלאפענעם אינדערפרי איידער כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט קיין אריזאנע אויף אפרוה, איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פאר אן אור אייניקל פונעם רבי'ן, אייניקל פון בנו הגדול הרה"צ רבי יוסף אונגער שליט"א ראש ישיבה קטנה באבוב 45, בן הבכור ביי חתנו הרב אלטר ברוך טווערסקי. דער רבי שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות, מיט ברכות איז מכובד געווארן די עלטער זיידע הרה"צ רבי אהרן טווערסקי מהארנסטייפל, קריאת


נגידי טשערנאביל אלוועלטליך לעבן מיט גייסטרייכע שבת "צוזאמען מיטן רבי'ן" אין קור שטעטל דאבוס - שווייץ
מוצאי שבת קודש פ' וארא • כ"ח טבת | בחצרות הקודש מיט געוואלדיגע רגש און התרוממות הנפש, האבן צענדליגער טשערנאבילער חסידים, נדיבי עם ובוני בית השם, זוכה געווען מיטצולעבן א היסטארישע שבת "צוזאמען מיטן רבי'ן" אינעם קור שטעטל דאבוס צווישן די הויכע שווייצער בערג, בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א. דער שבת איז געווען געווידמעט אלס א זעלטענע ערשיינונג "כשהמלך בשדה" פאר די בוני ומקימי הבית הגדול והקדוש, די נדיבי עם וועלכע האבן געעפנט זייערע הערצער מיט אסטראנאמישע סכומים ארויסצ


אַהֲרֹן אֲשֶׁר בָּחַר בּוֹ: מעמד התמנות פון הגה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א בן האד' מסאטמאר אלס רב ואבד"ק קרית יטב לב
מוצאי שבת קודש פ' וארא • כ"ח טבת | בחצרות הקודש בביתו נאווה קודש פון כ''ק אדמו''ר מסאטמאר שליט''א אין וויליאמסבורג איז דעם דאנערשטאג פארגעקומען די מסיבת לחיים רבתי לרגל די התמנות פון בנו חביבו הגה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א וועם דער רבי האט אויפגענומען אלס רב ואבד"ק דקהילה קדושה קרית יטב לב, צו שטיין בראש פון די בליענדע קהילה און די מוסדות הקדושים אין שטאט. ביים מעמד זענען געווען אנוועזנד אלע דעם רבינס קינדער, די ראשי הקהילה והמוסדות, און די רבני ותושבי קרית יטב לב. דער מעמ


געהויבענעם שבת געפראוועט אין שטאט קרית יואל דורך כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א
דאנערשטאג פ' וארא • כ"ו טבת | בחצרות הקודש גאר א געהויבענער שבת קודש איז פאראיבער בצל כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א וועלכער איז געקומען פראווען א שבת בתוככי עיר קרית יואל, וויילנדיג אין שטאט לטובת החזקת מוסדות וישיבת קראלי, און גלייכצייטיג געבן א געלעגנהייט פאר די תושבי העיר צו קענען מיטלעבן א שבת קודש אויף דעם קראלי-ספינקא שטייגער. די אכסני' של תורה אום שבת איז געווען אין שטוב הנגיד החסיד ר' פנחס שפירא הי"ו. די תפילות ועריכת השולחנות איז פארגעקומען במשך דעם גאנצן שבת באולם קרן ו


הנה ימים באים: האד' מוויזניץ קייאמישע נעמט אונטער לענגערע מסע הקודש קיין ארה"ק לכבוד צוויי חתונות פון אייניקלעך
דאנערשטאג פ' וארא • כ"ו טבת | בחצרות הקודש בשמחה ובהתרגשות גרייטן זיך חסידי וויזניץ קייאמישע צו די געהויבענע ימי השמחה און דער מסע הקודש וואס כ"ק אדמו"ר מווויזניץ קייאמישע שליט"א וועט אונטערנעמען קיין ארץ הקודש דעם קומענדיגן חודש שבט. דער רבי שליט"א נעמט אונטער די נסיעה לפאר ולרומם על ראש שמחותיו און באשיינען די צוויי גרויסע שמחות הנישואין פון זיינע אייניקלעך, אין באגלייטונג פון פילע חסידים ואנשי מעשה וואס וועלן מיטהאלטן די געהויבענע טעג בצל הקודש. דעם קומענדיגן מוצאי שבת פר


האד' מבאיאן ארויסגעשיקט אברכי הכולל ארויסצוהעלפן אין זוכעריי נאך היימישע בחור פארשוועמט געווארן אין מודיעין עילית
דאנערשטאג פ' וארא • כ"ו טבת | בחצרות הקודש אין צייט וואס אידישע קינדער זענען מתפלל פאר א חשובע ישיבה בחור, משה בן בן רייזל ורד א תלמיד פון די באיאנער ישיבה אין מודיעין וועלכער איז ליידער פארשוועמט געווארן אינעם נחל מודיעין טייך נעבן מודיעין עילית צוליב שווערע פארפלייצונגען וואס האט זיך אראפגעלאזט דעם דינסטאג אין ארץ ישראל, זענען צענדליגער כולל אינגעלייט חסידי באיאן ארויסגעפארן בפקודת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א קיין מודיעין ארויסצוהעלפן מיט די העפטיגע זוך אקציע


פרח מטה אהרן: האד' מסאטמאר איז ממנה בנו הרה"צ ר' אהרן טייטבלוים שליט"א אלס רב ואבד"ק קרית יטב לב
מיטוואך פ' וארא • כ"ה טבת | בחצרות הקודש מיט איבערגיסענדע פרייד איז אויפגענומען געווארן צווישן חסידי סאטמאר די בכל אתר ואתר און תושבי קרית יטב לב בפרט, די ידיעה מרנינה, אז בהורמנא דמלכא פון כ”ק אדמו”ר מסאטמאר שליט”א איז אויפגענומען געווארן בנו חביבו הרה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א לפאר כבוד אלס רב ואבד"ק דקהילה קדושה קרית יטב לב, צו שטיין בראש פון די בליענדע קהילה און די מוסדות הקדושים אין שטאט. דער שטעטל קרית יטב לב - בלומינגבורג, ציילט היינט צוטאגס איבער צוויי הונדערט משפחו


ברוך הבא: האד' מנדבורנא אנגעקומען אויף לענגערע באזוך אין ניו יארק
מיטוואך פ' וארא • כ"ה טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN פארלאפאנעם וואך איז כ''ק האדמו''ר מנדבורנה שליט''א אנגעקומען צוגאסט קיין ניו יארק, אויף א לענגערע באזוך לכבוד עטליכע שמחות ביי די חסידים, צווישן זיי די חתונה בבית מקורבו הנגיד החסיד ר' אברהם פישמאן הי"ו, מגדולי תומכי מוסדות נדבורנה בארץ הקודש און בעל אכסניא קבוע פון אדמו"רי בית נדבורנה, וואס איז פארגעקומען אין בארא פארק. שבת פ' שמות העעל"ט האט דער רבי שליט"א געוויילט אין דזשעקסאן ניו דזשערזי, בבית האכס


bottom of page
