top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מבאיאן באגלייט בראש המלווים ביי טרויעריגע לוי' פון הב' משה לודמיר הי"ו ממצוייני ישיבת באיאן אין מודיעין עילית

  • Bechatzros admin
  • לפני שעה
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' בא • א' שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN

דעם ערב שבת קודש נאך חצות היום, ווען דער שטאט ירושלים האט זיך געגרייט צו שבת קודש, זענען המוני חסידי באיאן און עמך אידן זיך צונויפגעקומען ביים בית הלוויות שמגר אפצוגעבן דעם לעצטן כבוד ביי די לוויה פון הבחור החשוב משה לודמיר ז"ל, א תלמיד פון די באיאנער ישיבה אין מודיעין עילית וועלכער איז נאך פיר טעג פון אומאויפהערליכע זוכענישן אפגעפונען געווארן ליידער נישט בין החיים נאכדעם וואס ער איז פארשוועמט געווארן אינעם מודיעין טייך, צוליב שווערע און שטורמישע רעגן פארפלייצונגען וואס האט זיך אראפגעלאזט דעם דינסטאג אין ארץ ישראל.


דער נפטר ז"ל, זיבעצן יאר אלט, איז געווען א זון פון הרה"ח ר' צבי הירש לודמיר שליט"א מחשובי חסידי באיאן אין ביתר עילית, און אייניקל פון הנגיד החסיד רבי דוד לודמיר הי"ו מחשובי חסידי באיאן אין ירושלים, ער איז נתחנך געווארן אין די באיאנער מוסדות אנגעהויבן אין תלמוד תורה און ישיבה קטנה באיאן אין ביתר, און פארלאפענעם חודש אלול איז ער אריין לערנען אין די ישיבה גדולה תפארת ישראל רוזין באיאן אין מודיעין עילית, וואו ער איז געשטיגן במעלות התורה והיראה מיט געוואלדיגע שאיפות ווייטער צו שטייגן בתורה ועבודה, דערצו איז ער געווען א מתמיד, א ירא שמים, און א חסידישער בחור בכל מהותו, זייענדיג דבוק בלב ונפש צו רבו כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א מיט אן התקשרות עזה.


כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, וועלכער האט מיטגעגעהאלטן די גאנצע טראגעדיע מיט אן אויסטערלישע נאנטקייט זייענדיג מחזק די צובראכענע משפחה לכל אורך הדרך, איז אנגעקומען צו דער לוויה און איז געזעסן אין זיין קאר בשעת די הארץ-רייסנדע הספדים וואס זענען געהערט געווארן, צוערשט פון הגאון רבי צבי ראבינאוויטש שליט"א ראש ישיבת באיאן און פונעם משגיח הישיבה הרה"ג ר' פנחס שובקס שליט"א, וועלכע האבן באוויינט דעם פארלוסט פונעם חשוב'ן תלמיד און ארויסגעברענגט זיינע מעלות און מידות טובות. דערנאך האט אויפגעטרעטן דער זיידע הנגיד החסיד רבי דוד לודמיר שליט"א, און גלייך נאך אים האט דער פאטער הרה"ח ר' צבי הירש לודמיר שליט"א משמיע געווען דברי פרידה וואס האט נישט איבערגעלאזט קיין טרוקן אויג ביי די פארזאמלטע.


נאך דעם קדיש פונעם זיידן, ווען די מיטה איז ארויסגעפירט געווארן פונעם בית הלוויות, איז דער רבי שליט"א ארויס פונעם קאר און צוגעגאנגען צום פאטער ר' הערשל שיחי' און אים געטרייסט מיט קורצע אבער שטארקע דברי חיזוק אין די שווערע מאמענטן. דער רבי האט דערנאך באגלייט די מיטה א כברת בראש קהל חסידיו, אויפן וועג צום הר המנוחות, וואו הב' משה ז"ל איז געקומען לקבורה בפניא דמעלי שבתא, לאזנדיג די גאנצע משפחה און זיינע אלע גוטע פריינט פארטרויערט און פארוויינט.



תגובות


bottom of page