הנה ימים באים: האד' מוויזניץ קייאמישע נעמט אונטער לענגערע מסע הקודש קיין ארה"ק לכבוד צוויי חתונות פון אייניקלעך
- 15 בינו׳
- זמן קריאה 3 דקות
דאנערשטאג פ' וארא • כ"ו טבת | בחצרות הקודש

בשמחה ובהתרגשות גרייטן זיך חסידי וויזניץ קייאמישע צו די געהויבענע ימי השמחה און דער מסע הקודש וואס כ"ק אדמו"ר מווויזניץ קייאמישע שליט"א וועט אונטערנעמען קיין ארץ הקודש דעם קומענדיגן חודש שבט. דער רבי שליט"א נעמט אונטער די נסיעה לפאר ולרומם על ראש שמחותיו און באשיינען די צוויי גרויסע שמחות הנישואין פון זיינע אייניקלעך, אין באגלייטונג פון פילע חסידים ואנשי מעשה וואס וועלן מיטהאלטן די געהויבענע טעג בצל הקודש.
דעם קומענדיגן מוצאי שבת פרשת בא וועט אפגעראכטן ווערן א געהויבענע מסיבת פרידה און שמחת הפארשפיל אין ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ קייאמישע. מאנטאג פרשת בשלח וועט דער רבי שליט"א ארויספארן ממעון קדשו. דינסטאג אינדערפרי, בבואו לחון את ארצנו הקדושה, וועט דער רבי אריינפארן קיין בני ברק און דאווענען תפילת שחרית אין ביהמ"ד אהבת שלום דחסידי וויזניץ אויף רחוב מלצר, נאכגעפאלגט מיט א מעמד קבלת פנים לכבודו הרם. אויפדערנאכט וועט פארקומען די שמחת החתן מאל אין ביהמ"ד הגדול דקהל תורת חיים וויזניץ אויף רחוב אדוניהו הכהן אין ירושלים.
מיטוואך פרשת בשלח וועט פארקומען די ערשטע חתונה פון אן אייניקל ביים רבי'ן. דער חתן איז א זון פון זיין זון הגה"צ רבי ישראל האגער שליט"א, ראש ישיבת בנין אבות וויזניץ קייאמישע, און אן איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מווויזניץ בית שמש שליט"א, וועלכער איז אן איידעם ביי מרן אדמו"ר מווויזניץ שליט"א לרפואה שלימה. ביום החופה וועט דער רבי שליט"א ארויפגיין פוקד זיין די ציונים הקדושים אינעם אוהל אדמו"רי בית וויזניץ אין בני ברק. די שמחת הנישואין וועט אפגעראכטן ווערן במקהלות אלפי חסידים אין ביהמ"ד הגדול בית וויזניץ אין בני ברק. דאס וועט זיין דאס ערשטע מאל וואס עס וועט געפראוועט ווערן אין ארץ ישראל א חתונה פון אן אור-אייניקל ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין ארץ ישראל, און גלייכצייטיג דאס ערשטע חתונה אין ארץ ישראל פון אן אייניקל ביים וויזניצער רבי'ן שליט"א פון בית שמש.
דאנערשטאג, למחרת די חתונה, וועט געפראוועט ווערן די שמחת הבר מצווה פון אן אייניקל פונעם רבי'ן שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ רבי דוד טווערסקי שליט"א, אבד"ק טשערנאביל בית שמש זון פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, אין ביהמ"ד הגדול טשערנאביל אין בני ברק.
שבת קודש פרשת בשלח שבת שירה וועט דער רבי שליט"א זיין צוגאסט אין בית שמש, לכבוד די שבת שבע ברכות וואס וועט געפראוועט ווערן במחיצת קדשם פון די צוויי זיידעס, אחים ומחותנים רעים האהובים, כ"ק האדמו"רים מווויזניץ פון קייאמישע און בית שמש, אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ בית שמש.
זונטאג פרשת יתרו נאך שחרית וועט מען ארויספארן צו די מקומות הקדושים אין גליל העליון. צום קלימאקס פונעם נסיעה וועט דער רבי שליט"א אנקומען צו א תפילת רבים ביים ציון הקדוש פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, און אויפדערנאכט וועט געפראוועט ווערן די צענטראלע שבע ברכות צוגעשטעלט דורך קהל וויזניץ קייאמישע אין אתרא קדישא מירון מיט די באטייליגונג פון די הונדערטער חסידים און געסט מכל קצווי תבל. מאנטאג, חמשה עשר בשבט, וועט פארקומען די שבע ברכות אין ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ בני ברק, אינאיינעם מיטן עריכת השולחן הטהור לכבוד ראש השנה לאילן אין שפיץ פון די דריי אדמור"ים שליט"א לבית וויזניץ. אויפצומארגס דינסטאג נאכמיטאג וועט פארקומען די לעצטע שבע ברכות אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין בית שמש.
מחיל אל חיל וועט מען תיכף צוטרעטן צו די צווייטע שמחה בבית המלוכה; די חתונה פונעם רבינ'ס אייניקל, דער חתן א זון פון זיין איידעם הגה"צ רבי דוד טווערסקי שליט"א, אבד"ק טשערנאביל בית שמש, זון פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א. די חתן מאל וועט פארקומען דינסטאג יתרו אויפדערנאכט, און די חתונה וועט פארקומען מיטוואך אין ביהמ"ד הגדול טשערנאביל אין בני ברק בקול צהלה ורינה מיט די השתתפות פון מאסן חסידים פון ביידע הויפן.
דורכאויס די נאכפאלגנדע וואך וועט דער רבי שליט"א זיך אויפהאלטן אין בני ברק און אויפנעמען דעם ציבור חסידים תושבי ארץ הקודש לעצה ולברכה אין ביהמ"ד וויזניץ אויף רחוב מלצר. שבת קודש פרשת יתרו וועט דער רבי פראווענען אין בני ברק, וואו ער וועט אפרעכטן די תפילות, דעם טיש פרייטאג צונאכטס און שלש סעודות בקרב עדת חסידיו אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אויף רחוב מלצר. דער המשך פונעם טיש ליל שבת און שחרית בצפרא דשבתא וועט דער רבי מיטהאלטן ביים שמחת השבע ברכות בחצר הקודש טשערנאביל.
דינסטאג פרשת משפטים וועט געפראוועט ווערן די לעצטע שבע ברכות אין וויזניצער ביהמ"ד אויף רחוב מלצר, און דערמיט וועט געשלאסן ווערן די געהויבענע נסיעה. דער רבי שליט"א וועט דעמאלט זיך ארויסלאזן אין וועג צוריק למעון קדשו אין גיבבערס, נאך צוויי פולע וואכן פון התרוממות הנפש בארץ הקודש.






תגובות