שמחת הברית פון נכד האד' מבאבוב 45 פארגעקומען איידער רבינס ארויספאר קיין אריזאנע
- Bechatzros admin
- 18 בינו׳
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' בא • כ"ט טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק י.
פארלאפענעם אינדערפרי איידער כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט קיין אריזאנע אויף אפרוה, איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פאר אן אור אייניקל פונעם רבי'ן, אייניקל פון בנו הגדול הרה"צ רבי יוסף אונגער שליט"א ראש ישיבה קטנה באבוב 45, בן הבכור ביי חתנו הרב אלטר ברוך טווערסקי. דער רבי שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות, מיט ברכות איז מכובד געווארן די עלטער זיידע הרה"צ רבי אהרן טווערסקי מהארנסטייפל, קריאת השם די עלטער זיידע הגה"צ רבי שמעי' לעוו שליט"א נשיא תפארת אליעזר, עמידה לברכות הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א, ונקרא שמו בישראל יהושע העשיל נאכן זיידן הגה"צ גאב"ד פריימאן זצ"ל.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי דער ציבור איז דורך וואונטשן לחיים און מזל טוב, עס האט נאכגעפאלגט מיט די סעודת ברית מילה וואו דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש און מכבד געווען מחותנו הגה"צ רבי שמעי' לעוו שליט"א אויפצוטרעטן מיט דברי תורה לכבוד שמחה.



















תגובות