top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פרח מטה אהרן: האד' מסאטמאר איז ממנה בנו הרה"צ ר' אהרן טייטבלוים שליט"א אלס רב ואבד"ק קרית יטב לב

  • Bechatzros admin
  • לפני 7 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' וארא • כ"ה טבת | בחצרות הקודש

מיט איבערגיסענדע פרייד איז אויפגענומען געווארן צווישן חסידי סאטמאר די בכל אתר ואתר און תושבי קרית יטב לב בפרט, די ידיעה מרנינה, אז בהורמנא דמלכא פון כ”ק אדמו”ר מסאטמאר שליט”א איז אויפגענומען געווארן בנו חביבו הרה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א לפאר כבוד אלס רב ואבד"ק דקהילה קדושה קרית יטב לב, צו שטיין בראש פון די בליענדע קהילה און די מוסדות הקדושים אין שטאט.


דער שטעטל קרית יטב לב - בלומינגבורג, ציילט היינט צוטאגס איבער צוויי הונדערט משפחות און איז כסדר מרחיב די גבולי הקדושה מיט די בתי מדרשים און מוסדות הקדושים לבנים ובנות, וואס ווירבלען מיט פילצאליגע חסידים וועלכע האבן קובע משכנם געווען אין די שטאט, און האלטן זיך צוזאמען כאיש אחד בלב אחד תחת דגלו והדרכתו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואס עינו ולבו שם כל הימים. דער רבי שליט"א באגלייט כסדר די קהילה מיט א געוואלדיגע עינא פקיחא, צו פארזיכערן די הצלחה פון די קהילה און מוסדות.


במשך די לעצטע עטליכע יאר ווערט די קהילה כסדר באגלייט פונדערנענט דורך דעם רבינס פערטע זון הרה"צ רבי אהרן שליט"א, וועמען דער רבי, האט כסדר ארויסגעשיקט קיין קרית יטב לב זיך אומצוקוקן פונדערנענט אויף די בליענדע הרחבת גבולי הקדושה אין די קהילה, און האט דארט געפראוועט שיינע שבתים ומועדים צוזאמען מיט די תושבי העיר וועלכע האבן מיט אים אנגעקניפט א קשר אמיץ וחזק.


הרה"צ רבי אהרן שליט''א איז ארויפגעקוקט בקרב חסידי סאטמאר אלס א געהויבענעם דמות און א איש האשכולות, שטייענדיג מיט געטריישאפט לימין אביו הגדול לכל קדשי בית סאטמאר, ובמיוחד מיט דעם רבינ'ס פריוואטע צדקה קאסעס, שקל הטהור און טוב וחסד. באזונדער דינט ער אלס מגיד שיעור אינערהאלב די ישיבה קטנה ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג, וואו ער איז מרביץ תורה וחסידות לשם ולתפארת.


אצינד איז געקומען די שעה טובה ווען מר אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט אים ממנה געווען לעמוד בראש העדה און שטיין בראש הקהלה והמוסדות אין שטעטל קרית יטב לב, נאך לענגערע הפצרות פון די בני העיר וועלכע האבן ארויסגעקוקט בכליון עינים צו דעם לאנג ערווארטעטע מאמענט.


דער התמנות פונעם נייעם רב קומט אין א צייט וואס דער שטעטל שפרודלט מיט פרישע בוי פראיעקטן פון הונדערטער דירות, וואס וועט בקרוב באזעצט ווערן דורך פרישע הונדערטער משפחות חסידי סאטמאר, וועלכע מופן ארויס לאור די נאכאנאנדע קריאות הקודש פון כ''ק אדמו''ר מסאטמאר שליט''א פאר די חסידים זיך ארויסצוציען פון די גרעסערע שטעט.


אצינד ווערן אויסגעארבעט די פונקטליכע פרטים פונעם היסטארישן מעמד ההכתרה, און די עווענטועלע אריבערציאונג פונעם נייעם רב שליט''א אינעם שטעטל.


ויצק על ראש אהרן וימשח אותו לקדשו.

תגובות


bottom of page