האד' מבאיאן ארויסגעשיקט אברכי הכולל ארויסצוהעלפן אין זוכעריי נאך היימישע בחור פארשוועמט געווארן אין מודיעין עילית
- Bechatzros admin
- 15 בינו׳
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' וארא • כ"ו טבת | בחצרות הקודש

אין צייט וואס אידישע קינדער זענען מתפלל פאר א חשובע ישיבה בחור, משה בן בן רייזל ורד א תלמיד פון די באיאנער ישיבה אין מודיעין וועלכער איז ליידער פארשוועמט געווארן אינעם נחל מודיעין טייך נעבן מודיעין עילית צוליב שווערע פארפלייצונגען וואס האט זיך אראפגעלאזט דעם דינסטאג אין ארץ ישראל, זענען צענדליגער כולל אינגעלייט חסידי באיאן ארויסגעפארן בפקודת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א קיין מודיעין ארויסצוהעלפן מיט די העפטיגע זוך אקציע דורך די עמערדזשענסי אגענטורן באגלייט מיט הונדערטער וואלונטירן וואס געפונען זיך אויפן סצענע די לעצטע 48 שעה מיטן האפענונג צו טרעפן דעם בחור ביים לעבן בס"ד.
אין אנדערע נייעס האט כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א נעכטן אפגעשטאט א באזוך ביים פאטער פונעם בחור הרה"ח ר' הערשל לודמיר הי"ו מחשובי חסידי באיאן אין ביתר, די באזוך איז פארגעקומען אין שטוב פון זיין פאטער הרה"ח הישיש ר' דוד לודמיר הי"ו אין ירושלים, וואו דער רבי האט פארברענגט מיט די משפחה א לענגערע וויילע און דערביי אריינגעבלאזן א גייסט פון חיזוק און האפענונג און גאר ווארעם אנגעוואונטשן אז מען זאל אים בקרוב טרעפן ווי שנעלער געזונט און שטארק.
אזוי אויך ווערט באקאנט אז כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א האט געשיקט קוויטלעך מיט הזכרות צו צו גדולי וצדיקי הדור, כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א און האדמו"ר רבי דוד אבוחצירא שליט"א, מיטן נאמען פונעם בחור משה בן רייזל ורד, ער זאל אינגיכן ווערן אפגעפונען אין א גוטע צושטאנד.
היינט דאנערשטאג וועט הרה"צ רבי יוסף ברייאר שליט"א בנו הגדול פון רבי'ן אנגעקומען צו די באיאנער ישיבה אין מודיעין עילית וואו ער וועט מיטהאלטן די סדר חמש שעות רציפות וואס איז איינגעפירט אין די שובבים וואכן און דערנאך משמיע זיין דברי חיזוק פאר די תלמידי הישיבה לאור המצב, בשליחות הקודש פון מר אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א.












תגובות