מעמד קבלת פנים אין עיר התורה והחסידות לעיקוואד לכבודו פון אורח הרם כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א
- Bechatzros admin
- לפני שעתיים
- זמן קריאה 3 דקות
דינסטאג פ' בא • ב' שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין
דעם זונטאג אוונט איז אפגעהאלטן געווארן דער מעמד קבלת פנים רבתי לכבודו פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, וואס האט פריער אין טאג געלאנדעט על אדמת ניו יארק אויף א לענגערע באזוך בקרב עדת צאן מרעיתו. דער מעמד איז אפגעראכטן געווארן בהיכל המתיבתא אהבת התורה אין לעיקוואד וואס איז געווען ארומגענומען מיט הויכע פארענטשעס אויף אלע דריי זייטן ארום דעם היכל, איבערגעפולט מיט הונדערטער אידן, עדת חסידי צאנז צוזאמען מיט פילצאליגע תושבי העיר וואס זענען געקומען מקבל פנים זיין דעם רבי'ן נאך זעקס יאר וואס מען האט נישט זוכה געווען לחזות בנועם ולבקר בהיכלו אויפן אמעריקאנער באדן. דער מעמד קבלת פנים איז געווען משולב מיטן מסיבת לחיים לרגל די הכנסת ספר תורה פון די נייע ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום ביהמ"ד דחסידי צאנז אין לעיקוואד.
מיט אן התלהבות יתירה האט מען מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א בשירה ובזמרה. אנקומענדיג האט דער רבי שליט"א מקבל שלום געווען פון די רבנים הגה"צ שליט"א וואס האבן באשיינט דעם אויבנאן, בעת ווען די ריקודין של שמחה האבן פארגעזעצט מיט אן התלהבות.
גאר התרגשות׳דיגע דיבורים האט מען דאן געהערט פון הרה"ג ר' שלמה ניימאן שליט"א דומ"ץ צאנז לעיקוואד, וועלכער ארויסגעברענגט די רגשי הלב וואס עס שפירט זיך ביי יעדן איינעם ביים מקבל פנים זיין פני הקודש. דער דיין האט דאן מכבד געווען דעם רבינס זון הגה"צ רבי יוסף משה דוב הלברשטאם רב דחסידי צאנז אין אמעריקא אויפצורטעטן מיט דברי ברכה לכבוד המאורע, דער רב שליט"א האט ארומגערעט בשבח הקהילה אין לעיקוואד, ער האט ארויסגעברענגט אז מען האט כמעט נישט געגלייבט אז דער רבי וועט נאך קומען קיין אמעריקע באזוכן דעם היימישן עולם, און באטאנט ווי שווער דאס איז אנגעקומען פארן רבי'ן אונטערצונעמען אזא נסיעה, און אז דער רבי האט נישט געקוקט אויף גארנישט און איז געקומען צופארן מהתם להכא מחזק צו זיין די קהילות הקודש אין ניו יארק.
בהדרת כבוד האט מען דאן אנטפאנגען פני כבודו פון הגאן רבי מלכיאל קאטלער ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה ללעיקוואד, וועם דער ראש הקהל הנגיד ר' אברהם רייך הי"ו האט מכבד געווען צו זאגן אפאר ווערטער. דער ראש הישיבה שליט"א האט בין הדברים דערמאנט די נאנטע קשר פון זיין גרויסן זיידן הגאון המפורסם רבי אהרן קאטלער זצ"ל מיט הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזנבורג זי"ע און ארויסגעברעגנט מיט התפעלות וואו דער רבי שליט"א איז עומד על המשמר מיט אלע כוחות אקעגן די ביטערע גזירת הגיוס, און די פגעי הזמן, נאכן דורכטון די קריטישע נושאים בעת דעם רבינס באזוך ביים ראש הישיבה פריער אין טאג.
דער קלימאקס פונעם מעמד איז געווען די דברות הקודש וואס דער רבי האט איבערגעגעבן פאר עדת צאן מרעיתו, די רבי האט צוערשט פותח געווען בכבוד האכסניא און שטארק משבח געווען די לעיקוואדער ראש הישיבה וואס איז נישט משנה קיין זוז כל שהוא פונעם מסורת אבות, דערנאך האט דער רבי איבערגעגעבן דברי חיזוק והדרכה פארן היימישן עולם זיך צו האלטן שטארק און נישט ווערן פארשלעפט פון די פרייע גאס און נישט נאכצוגעבן קיין פשרות ווען עס קומט צו אידישקייט, די רבי האט מסיים געווען מיט קורצע דברי זיכרון אין אנדענק פון הנגיד החסיד ר' משה רייך ז''ל וואס די ספר תורה איז געשריבן געווארן לעילוי נשמתו.
נאך די דברות קודש האט זיך דער גאנצער עולם ארויסגעלאזט אין פייערליכע ריקודין מיט א שבח והודאה להגיענו על הלום. דערנאך האבן זיך די הונדערטער חסידים געשלענגעלט אין די רייע דורכצוגיין שלום נעמען פונעם רבי'ן וואס האט אנגעהאלטן אריבער א שעה צייט.
צווישן די פילצאליגע רבני העיר וואס האבן באשיינט די מעמד, האבן זיך אנגעזעהן הגאון הגדול ר' מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבת בית מדרש גבוה, כ"ק האדמו"ר מסקולען לעיקוואד שליט"א, כ"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא אוקענוויין שליט"א, כ"ק האדמו"ר מקאסאן לעיקוואד שליט"א, כ"ק האדמו"ר מתולדות מרדכי וויזניץ שליט"א, א משלחת דייני בעלזא, דומ"ץ סקווירא לעיקוואד, און נאך פילע רבני העיר און רבני קהילות הקודש צאנז אין אמעריקא.



























תגובות